בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די ארבעט פונעם מאן איז צו מחזק זיין די ווייב
קינדער, תפילה והתבודדות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; די ארבעט פונעם מאן איז צו מחזק זיין די ווייב. גיי נישט ארום מיט ספיקות וכו'; אז דער דיין האט דיר געגעבן א היתר צו ווארטן וכו' איז דאס דער רצון ה' יתברך און דו וועסט באקומען שכר אויף דעם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים כב:): "כְּשֵׁם שֶׁקִּבַּלְתִּי שָׂכָר עַל הַדְּרִישָׁה, כָּךְ קִבַּלְתִּי שָׂכָר עַל הַפְּרִישָׁה"; אז מען פרעגט א שאלה דארף מען זיך פירן לויטן פסק הלכה – בין לאיסור ובין להיתר.


דעריבער, אז דער דיין זאגט דיר זאלסט נאך ווארטן וכו', זאלסטו אהיים גיין בשמחה רבה און לעבן מיט דיין ווייב אזוי ווי דער דיין האט דיר גע'פסק'נט.


טייערער ברודער, פרוביר אויס די עצה פון רבי'ן; שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן. גיי אין א ליידיגע פלאץ און עפן אויף דיין הארץ. רעד מיט'ן אייבערשטן אויף פראסט אידיש. בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין נשמה אז דו זאלסט קענען זיין אפגעהיטן פון שלעכטס. דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו אלע ש"י עולמות; דו וועסט שפירן א זיסקייט אין לעבן; דו וועסט זיין א מקום פאר השראת השכינה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.