בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ארויסנעמען איבערגעטריבענע פחדים
פחדים, אמונה, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט נעמען דיין קינד צו מומחים אים ארויסנעמען די פחדים, עס איז נישט קיין פראבלעם צו גיין צו מומחים וואס קענען העלפן ארויסנעמען פחדים.


דער עיקר וועג ווי אזוי מען קען ארויסנעמען איבערגעטריבענע פחדים פון זיך אדער פון קינדער - איז דורך שמחה און אמונה; נאר דאס היילט און נאר דאס פארטרייבט די אומזיסטע און איבערגעטריבענע שרעק, דורך שמחה און דורך אמונה ווערט מען אויסגעהיילט און געזונט.


אז דו וועסט לערנען ספרי מוהרא"ש, סיי די בריוו פון ספר אשר בנחל און בפרט די שו"ת ברסלב, וועסטו זען אז רוב פון די שאלות ענטפערט מוהרא"ש אז דער עיקר פון די פראבלעם איז אז דו ביסט נישט פרייליך, אז דו וואלסט געווען פרייליך וואלט דער פראבלעם אוועק געגאנגען, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה, און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטוירים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


דאס זאלסטו קיינמאל נישט טון, אפשפעטן פון אים; ווייל אז מען שלאגט זיך מיט די סארט מחשבות ווערן זיי נאר ערגער און גרעסער, אז דיין זון האט א פחד פון זיין צווישן מענטשן זייט די טראגעדיע פון מירון השם ישמרינו וואו מענטשן זענען צעדרוקט געווארן, און אזוי אויך יעדע זאך דערשרעקט אים, און אז מען איז געפארן אין א נעפל, זייט דעמאלט האט ער א שרעק פון פארן - זאלסטו דאס נישט אוועק מאכן, נאר חזר אמונה און ברענג אריין שמחה, און מיט דער צייט וועט דאס אוועק גיין.


נאכאמאל, עס איז נישט קיין פראבלעם צו גיין זיך מטפל זיין מיט דעם, איך זאג נאר אז מיטן רבינ'ס עצות און מיט תפילה און אסאך סבלנות זעט מען גרויסע ניסים, אלע פחדים גייען אוועק און מען ווערט אויסגעהיילט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.