בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ארויסקריכן פון בלאטע, און ווערן א גרויסער צדיק
תפילות אויף אידיש, בחור, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


ליבער טייערער ... נרו יאיר


לאז זיך נישט צעברעכן, זאל זיין וואס זאל זיין, און אז דו פאלסט נאכאמאל אראפ – זאלסטו לויפן אין מקוה און זאגן די תיקון הכללי און זיך ערגעץ באהאלטן און זיך דארט אויסוויינען צום אייבערשטן, שרייען צו אים: "עד מתי רבונו של עולם, ווי לאנג נאך וועל איך פאלן?" זאלסט שרייען בקול דממה דקה: "רבונו של עולם איך וויל נישט זינדיגן, איך וויל נישט טון די עבירה, וואס זאל איך טון אז מען ווארפט מיך אראפ, איך פארליר זיך, איך פארגעס זיך, באשעפער ראטעווע מיך".


ליבער ברודער, זאג אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן אז דו ווילסט חתונה האבן, דו קענסט נישט זיין מער קיין פלג גוף, און אז מען וועט דיך נאכאמאל אראפווארפן, דו וועסט נאכאמאל פוגם זיין, זאלסטו נישט בלייבן ליגן אויף דער ערד, זאלסט זיך אויפהייבן און גיין אין מקוה און זאגן די תיקון הכללי און נעמען א משניות, א גמרא, און זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות.


ליבער ברודער, זיי זיך נישט מייאש, כאפ זיך אן אין רבינ'ס עצות, לימוד מ'שניות און ת'הילים, זיי זיך מ'תבודד, וועסטו זוכה זיין ארויסצוקריכן פון די בלאטע און ווערן א גרויסער צדיק