בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אריינברענגען שמחה צווישן אנשי שלומינו
שמחה, שטעטל, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער הארציגער חבר ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו און בילדער.


דו האסט מיר אזוי מחי' געווען מיט די בילדער פון תלמוד תורה, מיידל סקול, מקוה און שיעורי תורה; זה חלקי מכל עמלי צו זען ווי די אינגעלייט תלמידי הישיבה לערנען און דאווענען, און זען ווי מען איז מחנך די קינדער וכו', וכו'.


דער עיקר זאלסטו אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו שמחה. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "לְהַחֲיוֹת אָדָם אֵינוֹ דָּבָר רֵיק", פרייליך מאכן א איד איז נישט קיין קלייניקייט, עס איז א גרויסע זאך. דורך דעם וואס מען ברענגט אריין שמחה אין אידישע איז מען א בן עולם הבא, אזוי ווי דער רבי ברענגט דארט אראפ די מעשה פון רב ברוקא (תענית כב.): אליהו הנביא האט אמאל באגעגנט רבי ברוקא אויפן גאס און ער האט אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם. ווען זיי זעען ווי צוויי מענטשן קריגן זיך, מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


ברוך השם אין ישיבה איז אלעס אין ארדענונג, עס האט זיך אנגעהויבן א פרישע זמן מיט א פרישקייט. מיר זענען יעצט אריין אינעם צוועלעפטן יאר, עס זענען דא פרישע תלמידים וואס ווילן לערנען אויפ'ן דרך הלימוד און זיך פירן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


פון דיין חבר וואס האט דיר ליב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.