בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ארייננעמען דעם אייבערשטן אינעם געשעפט
הצלחה, ביזנעס, גוים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


געדענק די סוד פון הצלחה איז אריינצונעמען דעם אייבערשטן אינעם געשעפט, אז דו הייבסט אן א נייע פראיעקט זאלסט ארייננעמען דעם אייבערשטן, נאר אזוי וועט זיין הצלחה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג.): "כָּל הַמְשַׁתֵּף שֵׁם שָׁמַיִם בְּצַעֲרוֹ", ווער עס נעמט אריין דעם אייבערשטן אין זיינע געשעפטן, איין זיין פלאג, אין זיין מאטערניש - "כּוֹפְלִים לוֹ פַּרְנָסָתוֹ", טאפלט מען אים די פרנסה.


ווי אזוי נעמט מען אריין דעם אייבערשטן אין די געשעפטן? 1) מען גייט נישט מאכן געשעפטן איידער מען דאווענט, (דאס איז אויך אינעם טעלעפאן), 2) מען האט א צדקה פושקע אין אפיס און מען לייגט אריין פרוטות און מען בעט אויף די געשעפט עס זאל זיין מיט הצלחה, 3) יעדן טאג דארף מען לערנען אביסל חומש איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, און אביסל משניות און אביסל גמרא, 4) ווען די ווייב רופט, אפילו מען האלט אינמיטן די ארבעט – זאל מען שיין רעדן, ווייך און איידל; טו די זאכן וועסטו האבן גרויס שפע.


אז דו מאכסט געשעפטן מיט גוים זאלסטו אכטונג געבן זיך נישט צו האלדזן מיט זיי, עס איז א סכנה זיך צו ארום נעמען מיט א נישט איד, און מיט א איד וואס האלט נישט די תורה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות הרחקת הרשעים חלק ב, סימן ג): "צָרִיךְ אָדָם לִשְׁמר אֶת עַצְמוֹ, מִלְּנַשֵּׁק אֶת עַצְמוֹ עִם רְשָׁעִים", מען דארף זיך היטן זיך נישט צו קושן מיט א רשע, "כִּי עַל יְדֵי הַנְּשִׁיקָה נַעֲשֶׂה בֵּינֵיהֶם הִתְקַשְּׁרוּת גַּם לְאַחַר מִיתָה", ווייל דורכדעם ווערט מען צוגעבינדן צום רשע אויך נאכן שטארבן רחמנא לצלן; אויך דיין ווייב דארף דאס וויסן, אויב זי האט אמאל צוטון מיט גוי'טעס – זיך נישט ארומנעמען, ווייל דאס שטערט זייער פארן לעבן.