בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אריינפרעגלען אמונה אין די פיצלעך קינדער
חנוכה, מוסדות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מוהרא"ש זאגט פשט אין וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ב, ד), די יוונים האבן גוזר געווען אז מען זאל איינקריצן אין די הארן פונעם אקס "שֶּׁאֵין לָכֶם חֵלֶק בֶּאֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל"; וואס עפעס אויפן הארן פונעם אקס? נאר מען פלעגט ניצן א קרן, א הארן – צו מאכן א באטל פאר קינדער צו טרינקען, די יוונים האבן געוואלט אז די קליינע פיצלעך קינדער זאל אויפוואקסן מיט כפירה רחמנא לצלן, און אונזער ארבעט איז – אריינפרעגלען אין די פיצלעך קינדער אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט.


איך הער זייער גוטע גריסן ווי איר לייגט אריין פיל ווארעמקייט אין די קינדער, בפרט אין די קליינע; ווי איר מאכט הערליכע ניגונים וואס פילט אן די קינדער מיט אזויפיל תוכן. איך וויל בעטן אז אין יעדע ניגון און אין יעדע זאך וואס ווערט געטון אין בית פיגא זאל מען אריינלייגן די אמונה, ווייל לויט וואס טוט זיך יעצט אין די וועלט, די גרויסע ביטערע שווערע נסיונות פון מינות וכפירה, דארף מען בראקן און פרעגלען אמונה; יעדן טאג דארף מען זינגען מיט די תלמידות ניגוני אמונה, אז אלעס איז דער אייבערשטער און פון בעטן דעם אייבערשטן, און פון דאנקען דעם אייבערשטן, אויך אלע סיינס (טאוולען) דארפן אויסשרייען 'עס איז דא א באשעפער'; ווייל נאר דאס דארפן נשמות ישראל, נאר אמונה, צדיק, תפילה וכו'.