בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אשה כשרה העושה רצון בעלה, מיינט נישט צו זיין די כפרה הינדל
שלום בית, עצות, ווייב, שוועריקייטן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זיין אן אשה כשרה העושה רצון בעלה מיינט נישט אז מען לאזט דעם מאן פייניגן, ער זאל בינדן די הענט מיט קייטלעך און שלאגן השם ישמרינו, און אויך טון וכו' וכו', דאס איז נישט אן אשה כשרה, דאס איז א שפחה; ווייל דער מאן קען נישט און טאר נישט פייניגן די ווייב, און אז ער האט געזען גוי'אישע מאוויס אדער געליינט גוי'אישע ביכער וואס זאגן ווי גוט עס איז אז מען קען בינדן די ווייב וכו', און געבן מכות וכו' - דארפסטו נישט זיין די כפרה הינדל.


'אשה כשרה' מיינט 'העושה רצון בעלה' ווען עס איז מיט די רצון פונעם אייבערשטן.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן פון די זאך, אבער איך דארף זיך צוריק האלטן, ווייל אלע ליינען די בריוו, איז נישט שייך צו שרייבן מער; איך האף אז איר וועט ארויס נעמען רמזים און פארשטיין וואס יא און וואס נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.