בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#12 - זיך אנטון ערליך, ווי די מאמע און די באבע
צניעות, שמחה, עצבות, מרה שחורה, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט נאכלאזן פון די וועג ווי איר מאמע גייט אנגעטון, מען דארף אויף דעם אסאך חיזוק, און שמועס מיט איר; עס וועלן אריבערגיין אפאר יאר און מיר וועלן האבן טעכטער מיט שנירן, וועלן מיר זיכער וועלן אז אונזערע קינדער זאלן זיין ערליך, גיין אנגעטון ווי ערליכע אידן, דארפן מיר זיך שטארקן אינאיינעם און גיין ערליך ווי די מאמע און די באבע.


זיי זיך מחזק מיט דיין ווייב נישט אוועק פליען מיט די ווינט וואס בלאזט, נישט אפלאזן די שיינקייט פון צניעות, און דו זאלסט פרייליך מאכן דיין ווייב, ווייל דער עיקר איז שמחה; די פרויען וואס זענען פרייליך - די בלייבן מיט די איידלקייט און שיינקייט, דער פראבלעם הייבט זיך אן פון עצבות ומרה שחורה, פון זיין אינעווייניג דערביטערט (דעפרעסט), דאס איז די חורבן, דאס איז די אנהייב פון אלע פראבלעמען; עס הייבט זיך אן ביי מיידלעך ווען מען צעקלאפט זיי, מען דערנידערט זיי, ביז זיי פאלן אריין אין א טיפע זויערקייט, דעמאלט הייבן זיי אן טון אנדערש און זיך אנטון אנדערש; נישט פון שלעכטיקייט, נאר פון זוכן זיך צו היילן פון די שרעקלכע פיין פון דעפרעסיע, מען שפירט נישט א טעם אין לעבן, מען שפירט ווי א טויטע פייגל, און די יסורים זענען זייער שרעקליך, און דערפאר האט דער הייליגער רבי אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן זייער שטארק ארבעטן אויף זיך צו זיין פרייליך, דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד; מח), מען זאל אפילו זיך נאריש מאכן אבי זיין פרייליך, ווייל אלע פראבלעמען קומען פון עצבות ומרה שחורה.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור; זיי נישט פויל, זיי נישט בעצבות, קום צום שיעור. דער הייליגער רבי זאגט (שם חלק א, סימן קנה), דאס וואס א מענטש גייט נישט הערן שיעורים וואו מען רעדט פון די עצות און חיזוק פון צדיקים - דאס קומט פון עצבות און עצלות, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - מאך נישט דעם בחור פאר א מחוצף
חינוך הילדים, בחור, ווייב, חיזוק, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב, זי שרייבט אז זי האט נישט די כוחות מער צו אויפוועקן ענקער בחור, עס נעמט איר יעדן טאג צוויי שעה אים צו וועקן, זי שרייבט אז זי פאלט פון אירע כוחות.


איך בעט דיר זייער, זיי מחזק דיין ווייב זי זאל קוקן גוט אויף אים, און זי זאל וויסן אז אזוי איז ביי רוב שטיבער, עס נעמט שעות צו וועקן די בחורים; און מען ווערט נישט אויס גוט קינד, און מען ווערט נישט שלעכט - אז מען קומט נישט ארויס פון בעט, און ווי שענער ענק וועלן קוקן אויף אים - וועט ער האבן א מוט און כח אויפצושטיין.


איך בעט דיר זייער, מאכט נישט קיין חרבנות, צוקריגט ענק נישט מיט אים, א שאד אים צו פארלירן, פרובירט אים צו לייגן שלאפן און פרובירט אים צו וועקן, און אז עס גייט - איז גוט, און אז נישט - איז אויך גוט, און חס ושלום נישט ווערן מיט אים צוקריגט, אז ער זאל אנהייבן רעדן מיט חוצפה, חס ושלום זיך צו צוקריגן וועגן די זאכן.


מען דארף מיט חכמה וויסן יעדן קינד ווי אזוי מען קען אים אויפבויען און מיט וועלכע שפראך צו רעדן צו אים, און חס ושלום זיך צורייבן און בידים אים מאכן פאר א מחוצף; ווייל אין רוב פעלער ווען קינדער הייבן אן רעדן מיט חוצפה - איז דאס ווייל מען מאכט זיי מיט די אייגענע הענט פאר מחוצפים.


איך דארף מקצר זיין, א גוט שבת.

#10 - עס קומט שבת, דארפסטו זיך אביסל מיישב זיין
קינדער, שלום בית, ווייב, חינוך, שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


ליבער ברודער, עס קומט שבת, דארפסטו זיך אביסל מיישב זיין; ווייל א גאנצע וואך ביסטו טרוד מיט ברענגען פרנסה, דו האסט נישט קיין קאפ און צייט פאר דיין משפחה, איז יעצט ווען עס קומט שבת דארפסטו זיך מיישב זיין; זיך אראפלאזן צו דיינע קינדער, פארברענגען מיט די ווייב און קינדער, והיעיקר שמועס מיט זיי פון אמונה און פון צדיקים. שבת איז דא אסאך צייט ווען צו שמועסן מיט די קינדער; גייענדיג צום שול און גייענדיג אהיים, און ביי די סעודות איז צייט צו רעדן מיט די קינדער און זיי פרייליך מאכן.


חינוך הייבט זיך אן ביי זיך, אז דער טאטע שמועסט נישט ביים דאווענען, ער דאווענט און הערט אויס קריאת התורה - וועלן די קינדער אזוי טון, ווייל קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס, זאלסטו זיצן אין שול מיט דרך ארץ, שמועס נישט מיט קיינעם, און אויך ביי שלש סעודות זיץ מיט די אידן וואס זיצן ביים טיש מיט שטריימל און בעקיטשע און זינגען זמירות, זיץ נישט ביים עק טיש וואו מען שמועסט און מען שטערט.


דיין ווייב זאלסטו פרייליך מאכן, געב איר גוטע ווערטער, זיי נישט קארג, זיי געבעדיג, פארגין איר אלעס, מאך איר פרייליך; וועט דער אייבערשטער מאכן רוען ביי דיר אין שטוב די שכינה הקדושה, און די קינדער וועלן וואקסן ערליך און געזונט.


א פרייליכן שבת.

#9 - וואס קוקסטו אויף יענעם?
חיזוק פאר פרויען, הכרת הטוב, קנאה, מוהרא"ש, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס קוקסטו אויף יענעמ'ס לעבן? וואס ווייסטו וואס יענער גייט אריבער? עס איז אזא נארישע זאך צו מקנא זיין א צווייטן, גיי שריי צום אייבערשטן דו זאלסט נישט קוקן אויף אנדערע און זיך אויפעסן די יארן; מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל געהערט ביים רבינ'ס ציון ווי איינער וויינט און חזר'ט אויפן קול די משנה (אבות ד, כא): "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", מקנא זיין, און תאוות, און גליסטן כבוד, די דריי זאכן נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט; ער האט געוויינט ביים ציון: "רבונו של עולם, צוליב אביסעלע קנאה, צוליב אביסעלע תאוה און אביסעלע כבוד - זאל איך פארלירן די וועלט און יענע וועלט? רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר איך זאל זיין ריין פון די זאכן, איך וויל נישט פארלירן די וועלט און יענע וועלט", און ווען אנשי שלומינו האבן געהערט זיינע בכיות האבן זיי אויך אנגעהויבן וויינען, און אלע האבן געבעטן און געוויינט מען זאל זיין ריין פון די זאכן.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט קוקן אויף אנדערע, זיץ מיט איר און רעכנט אויס אינאיינעם די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט ענק, און חזר'ט: 'עס איז נישטא וועם צו מקנא זיין', און ווען זי הייבט אן רעדן פון דעם און פון יענעם זאלסטו איר שיין זאגן: "'נישטא וועם צו מקנא זיין", און וואס ווייסן מיר וואס גייט אריבער אויף יענעם; פרויען דארפן מער חיזוק אויף דער נקודה, די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג.): "אֵין אִשָּׁה מִתְקַנְּאָה אֶלָּא בְּיֶרֶךְ חֲבִירְתָּהּ", א פרוי האט קנאה אויף א חבר'טע, און מיט די חיזוק פון רבי'ן גייט אוועק די קנאה.


שוין פון פאר ראש השנה איז נישט געווען א פרויען צאמקום, מארגן וועט אם ירצה ה' זיין, זע צו בלייבן אין שטוב אכטונג געבן אויף די קינדער, אז דיין ווייב זאל קענען גיין נעמען חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#8 - גיי הפצה, מיט ריינקייט און דרך ארץ
הפצה, דרך ארץ, ריינקייט, סדר היום, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך פונדאסניי ווייטער עוסק צו זיין אין די הייליגע זאך פון 'הפצה', זוך נישט קיין אנדערע געשעפטן, נעם 'הפצה' פאר דיין זאך, ווייל דאס גאנצע לעבן איז אינגאנצן אפאר יאר, און אלע מוטשען זיך, איז א שאד דאס ביסל לעבן זאל אריבערגיין מיט זאכן וואס מען וועט נישט קענען מיט נעמען; אבער אנדערש איז 'הפצה', אז מען איז מזכה אפילו נאר איין איד זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און אז איין בחור זאל זיך היטן פון שלעכטס און זיין ראוי חתונה צו האבן און איבערלאזן דורות – איז שוין אלעס כדאי.


זיי מסדר דיין טאג; אינדערפרי זאלסטו גיין אין שול'ן, און פארמיטאג זאלסטו גיין לערנען אין א שול דיינע שיעורים כסדרן; מקרא, משנה, גמרא, הלכה, אגדה וספרי רבינו, און פון נאכמיטאג דריי אזייגער – גיין ביי די הייזער מזכה זיין אלעמען מיט ספרים, קונטרסים, גליונות, מעשה'לעך, סידיס, יו עס בי'ס פון דרשות און פון ניגונים, אויך די פלעי'ס פאר פרויען און מיידלעך; אזוי וועט דיין לעבן אריבערגיין מיט זאכן וואס וועט בלייבן מיט דיר אויף יענע וועלט.


אויך זאלסטו געדענקען פון דיין ווייב, מאך צייט צו שמועסן מיט איר, הער איר אויס און געב איר גוטע ווערטער.


ווען דו גייסט הפצה זאלסטו גיין מיט זויבערע קליידער, א זויבערע הוט, מיט ריינע שיך און מיט גרויס דרך ארץ.

#7 - א געזונטע סדר היום פאר'ן לאנגן ווינטער
משניות, סדר היום, התבודדות, ווייב, שול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


אפילו איך האב דיר שוין געזאגט און געשריבן, וויל איך דיר נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פארן העלפן מסדר זיין די שול. דער שמש ר' ישראל פוקס נרו יאיר, האלט מיר אין איין זאגן אז דו העלפסט די שול עס זאל זיין ריין און מסודר, דו לייגסט אוועק די ספרים בהתנדבות לבך, און אזוי ווייטער, דאס ווייזט אז דו האסט א שטארקע געפיל צום הייליגן רבי'ן, דו ביסט מכיר טוב דעם רבי'ן, און דערפאר העלפסטו.


עס קומט א לאנגע ווינטער, מאך זיך א געזונטע סדר היום, לייג זיך שלאפן פרי; דאווען מעריב פרי, און גיי אהיים פארברענגען מיט דיין ווייב, און גייט שלאפן, אזוי וועסטו אויפשטיין פרי און קענען גיין התבודדות. גיי נישט מיט די קאר אין שול, גיי א שפאציר, אזוי וועט די התבודדות זיין בקביעות, און לערן אין 'כולל בוקר' ח"י פרקים משניות; ווען דו לערנסט ח"י פרקים משניות זאלסטו ארויסזאגן די ווערטער, דו זאלסט זיך קענען הערן, זינג די ווערטער מיט א ניגון; אויך זינג דעם "יום תהלים", און לייג אריין דיינע אייגענע בקשות און לויב ווערטער, און אז עס בלייבט דיר צייט פארן דאווענען – זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין זאגן תיקונים, דאס זאלסטו אויך זאגן בקול, מיט א ניגון; דאס וועט אויסציכטן און אויסגלאנצן דיין נשמה.

#6 - וואוילע מאן און ווייב, מ'דארף נאר פארשטיין יענעמ'ס שפראך
שלום בית, ווייב, פרשת נח, דור הפלגה, פארשטיי מיך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


דו ביסט וואויל און דיין ווייב איז וואויל, ענק דארפן זיך נאר פארשטיין, ענק דארפן רעדן די זעלבע שפראך; דו דארפסט קענען די שפראך פון פרויען, און וויסן אז ווען א ווייב קרעכצט און רעדט זיך אויס – איז דאס נישט צו באשולדיגן דעם מאן, דאס איז נאר אויף זיך אויסצורעדן און מען זאל איר פארשטיין; אז מען ווייסט דאס נישט – וואס פאסירט? די ווייב הייבט אן דערציילן איר טאג, אלע שוועריקייטן, און דער מאן מיינט אז מען וויל אים באשולדיגן, הייבט ער אן זיך פארענטפערן, אדער דער מאן מיינט אז זי וויל יעצט הערן עצות, הייבט ער אן געבן עצות, און די ווייב ווערט נערוועז, ווער דארף יעצט עצות? יעצט דארף איך נאר אנערקענונג און פארשטענדעניש, איינער זאל מיך שוינען, אייער זאל מיך אויסהערן, און דאס איז די פרשה פון דור הפלגה (די וואך אין די פרשה), די תורה דערציילט אז די דור הפלגה האבן געהאט זייער שטארקע הצלחות, ווייל זיי האבן געארבעט אינאיינעם מיט אן אחדות, ביז דער אייבערשטער האט געמאכט זיי זאלן זיך נישט פארשטיין.


ליבער ברודער, ווען דו קומסט אהיים נאך א טאג פון שווער ארבעטן זאלסטו זיך מאכן אפאר מינוט צייט אויסצוהערן דיין ווייב, פרעג איר: "ווי אזוי איז געווען דיין טאג?" און ווען זי ענדיגט דערציילן פרעג איר: וואס נאך הערט זיך? מיט וועם האסטו גערעדט היינט? וואו ביסטו געווען היינט? און אז זי קרעכצט – זאלסטו נאר אויסהערן, געב נישט קיין עצות, נאר אז זי פרעגט דיך און בעט דיר אן עצה – זאלסטו געבן עצות, אבער ווען זי רעדט זיך אפ און רעדט זיך אויס – זאלסטו איר נאר אויסהערן און זיין דארט, נישט אוועק פליען מיט אנדערע מחשבות; אזוי וועסטו זייער מצליח זיין, עס וועט נישט זיין ביי ענק די דור הפלגה.


נאכאמאל, דיין ווייב דארף נישט אזוי שטארק די געלט וכו' ווי די רעדן און שמועסן, די הייליגע חכמים זאגן (סוטה כ:): "רוֹצֶה אִשָׁה בְּקַב וְתִּפְלוּת", א פרוי דארף ענדערש אביסל עסן, אביסל געלט און מער זיין צוזאמען מיט איר מאן, "מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", ווי איידער ט' קבין, אסאך עסן, אסאך געלט – און נישט זיין מיטן מאן.


לערן יעדן טאג אביסל חומש און איין פרק משניות.

#5 - דיין שלום בית איז געוואנדען אין נישט שרייען אין שטוב
שמחה, שלום בית, פרנסה, כעס, ווייב

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בראשית, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת הייבן מיר אן די יאר, שבת בראשית, ווי אזוי דו וועסט זיך פירן דעם שבת אזוי וועט זיין ביי דיר אלע שבתים, על כן זאלסטו זיך זייער שטארקן צו זיין פרייליך און גארנישט שרייען, נישט אויף די קינדער און זיכער נישט אויף די ווייב, ווייל חס ושלום אויב מען שרייט אויף די ווייב פארלירט מען די פרנסה, און נאכדעם וואונדערט מען זיך ווי אזוי קען זיין אז נאכן טון אזויפיל סגולות פאר פרנסה – האט מען נאכאלץ נישט...


ביי די הקפות, ביים פארקויפן די עליות, האט איינער חוזק געמאכט אז די סגולות העלפן נישט, והא ראי', איינער האט פאריאר געקויפט אן עלי' וואס איז מסוגל פאר ישועות, פאר קינדער, און עשירות, און נאך א שטיק צייט האט יענער געזען אז עס העלפט נישט האט ער בא'גנב'עט די קהילה און נישט באצאלט ווייטער וכו'; אבער דאס האט ער נישט דערציילט, אז ער האט געשריגן אויף די ווייב און איר געמאכט וויינען; איז ווי קען חל זיין די סגולה.


איך זאג דיר נאכאמאל און נאכאמאל, דיין הצלחה איז אין דעם געוואנדן, און אז דו וועסט זיין פרייליך אין שטוב, דו וועסט נישט שרייען אויף דיינע קינדער און זיכער נישט אויף דיין ווייב – וועלן אלע סגולות ארבעטן, און אז חס ושלום דו וועסט ממשיך זיין מיט שרייען און וויי טון, און דיין ווייב וועט וויינען – וועט זיין נישט גוט, עס וועט נישט העלפן די סגולות און ברכות וואס דו באקומסט פון גוטע אידן.


בעט יעדן טאג די תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן, איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל געדענקען אז אלעס וואס פאסירט איז מיט א חשבון פון אויבן, העלף מיר איך זאל נישט שרייען אין שטוב אויף מיין ווייב און קינדער, העלף מיר איך זאל זיך קיינמאל נישט אויפרעגן, בפרט אין שבת קודש".


א פרייליכן שבת.

#4 - וואס מיינט שלום בית
שלום בית, מוהרא"ש, רבי נתן, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב, דער הייליגער רבי נתן פלעגט שטענדיג זאגן אז שלום בית איז זייער זייער וויכטיג פאר עבודת השם, ווייל מיט שלום בית האט מען אנדערע מוחין, מיט שלום בית קען מען זוכה זיין צו ריינע מוחין; און פארקערט, אויב מען קריגט זיך אין שטוב - האט מען נישט קיין קאפ וכו' וכו'.


מוהרנ"ת האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קענען פארן צום רבי'ן, האבן אים חברים צוגערעדט ער זאל פארקויפן זיין ווייב'ס טיכל, אזוי וועט ער האבן געלט צו פארן צום רבי'ן. זיין ווייב'ס טיכל איז געווען ווערד אסאך געלט, עס האט געהאט אריינגענייט אין זיך שיינע בריליאנטן און טייערע שטיינער, אבער רבי נתן האט פארשטאנען אז אויב ער וועט דאס טון וועט דאס ערגער מאכן די מצב אין שטוב און ער האט נישט צוגעהערט צו די חברים, שפעטער האט רבי נתן געדאנקט דעם אייבערשטן אויף דעם וואס ער האט נישט געפאלגט די חברים, ער האט נישט וויי געטון זיין ווייב; ער האט געזאגט: "וואלט איך ווען פארקויפט איר טיכל וואלט געווען נאכדעם א גט און איך וואלט נישט געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; ווייל דעם רבינ'ס ליכטיגקייט קען מען נאר מקבל זיין מיט א ריינעם מח, מיט א הייליגע מח, און דאס גייט נאר אז מען איז אן אדם השלם.


שלום בית מיינט נישט נאכלויפן די ווייב וכו' וכו'; עס שטייט די וואך אין די פרשה (בראשית ג, טז): "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ, וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", אז די פרוי וועט גליסטן צום מאן און דער מאן וועט געוועלטיגן אויף איר (עיין שם בפרש"י); מוהרא"ש זאגט אז די צוויי זאכן גייען געקניפט און געבינדן, אויב עס איז פארקערט ווי עס שטייט אין פסוק, דער מאן לויפט נאך זיין ווייב וכו' - דעמאלט דרייט זיך אויס דער פסוק אויפן מאן, זי הייבט אן געוועלטיגן אויפן מאן, ווי מער מען לויפט נאך די ווייב וכו' - ווערט דער מאן זייער אראפגעקוקט אין די פרוי'ס אויגן. איך קען נישט צופיל מאריך זיין וכו', מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז שלום בית איז נישט וויי טון, נאר רעדן שיין און הארציג, אבער נישט נאכלויפן וכו'.


מארגן וועט זיך צוריק אנהייבן די וועכנטליכע ליל שישי שיעורים, מי יתן אז דו וועסט דאס מיט האלטן, וועסטו באקומען חיזוק אויף זיך פירן אין שטוב מיט סבלנות און ותרנות, און זוכה זיין צו האבן מוחין צו קענען מקבל זיין פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - הערט אויף מיט די פרומע שלעכטע וועג
שלום בית, משפחה, דאווענען, מרה שחורה, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער ווייטאגליכע בריוו.


זייט מוחל וואס איך וועל אייך זאגן, איך האב גרויס רחמנות אויף אייך, דער שטן האט אייך גוט פארנארט, איר מיינט אז איר זענט די פרומע און אייער מאן איז פארקערט, אויסדריקליך ניין, אייער מאן איז טייער און גוט, און איר זענט אין א מרה שחורה, ווייל אז איר עסט זיך אויף טאג און נאכט אויף אייער מאן'ס רוחניות – זענט איר א גרויס רחמנות.


וואס גייט אייך אן ווען אייער מאן שטייט אויף? וואס זענט איר אזוי צעקאכט אז יום טוב בלייבט ער שלאפן ביז שפעט? וואס האט דאס מיט אייך? דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס האלט אויס די משפחה, איר האט א מאן א גוטער; וואס האט זיין רוחניות מיט אייך?


עס קען גאר זיין אז איר זעט די גורם אז ער גייט נישט דאווענען, ווייל אזוי ארבעט עס, ווען מען שפירט אראפגעקוקט און ווען מען שפירט ווי מען ווערט נאכגעקוקט און שפיאנירט – וויל מען מער גארנישט.


איך בעט אייך זייער, לאזט אפ, הערט אויף מיט די פרומע שלעכטע וועג, זייט אן אשה כשרה וואס זארגט פארן מאן'ס גשמיות, ער זאל האבן עסן, קליידער און אלעס וכו' וכו'.


איך האב רחמנות אויף אייערע קינדער, ווייל זיי שפירן וואס טוט זיך באהאלטן ביי אייך אין הארץ, זיי זעען ווי עס קאכט און באבלט עפעס פון אייער מאן, זייער טאטע, און קינדער ווערן צעמישט און דערשראקן.


טוט תשובה, און ארבעטס אויף אייערע מידות, און אז אייער מאן שטייט אויף שפעט – זאלט איר אים געבן מער גוטס ווי סתם אזוי וכו' וכו'.

#2 - א באנדיט, מיט א קלייד פון א פרוש
שלום בית, עבודת השם, ווייב, חומרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מען טאר נישט מאכן וויינען די ווייב, אז מען מאכט וויינען די ווייב איז דאס א סכנה, און אז דו ווילסט גיין בדרך פרישות דארפסטו וויסן אז דאס קען נישט גיין נאר אז עס איז געקניפט מיט די תורה, נאר אז די ווייב איז מוחל וכו', אויב זי איז נישט מוחל איז מען נישט קיין עובד השם, מען איז אן עבריין, א בעל עבירה באיצטלותא דרבנן, און די אלע צדיקים וואס זענען געגאנגען אויף די וועג פון פרישות איז דאס געווען מיט די פולע הסכמה פון שטוב, נאר אזוי האבן זיי געמעגט גיין אויף די וועג, ווייל אויב די ווייב וויינט חס ושלום - איז מען א באנדיט מיט א קלייד פון א פרוש, די זענען די וַיצִדְקָתְךָ אידן וואס מען דארף זיך זייער היטן פון זיי (קוק אין ספר קב הישר, פרק נב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1 - נעם בחורים צו העלפן בויען די קהלה
שלום בית, משמש דעם רבי'ן, קהילה, בחורים, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק דיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון העלפן בויען די קהלה; משמש זיין דעם רבי'ן איז גאר א הייליגע זאך, און עס איז מכפר אויף אלעס.


איך הער פונעם מגיד שיעור הרב ישראל יוסף שליט"א אז דו נעמסט ארויס בחורים פון ישיבה צו העלפן מיט וואס מען דארף; צי מיט די בויען די עירוב, צי מיט אויפהאלטן די שארטקאטס, צי מיט די שחיטה וכדומה; איך וויל דיר זאגן כה לחי, און אזוי זאלסטו ווייטער טון, און אויך ווען דו זעסט א בחור וואס מען האט אים אהיים געשיקט פון ישיבה און ער דרייט זיך און גייט ליידיג - זאלסטו אים נעמען מיט דיר און אים פרייליך מאכן, און עס וועט זיין זה נהנה וזה נהנה.


אויך זאלסטו מאכן צייט פאר דיין ווייב, איר פרייליך מאכן און איר ארויסנעמען זיך אויסלופטערן, און אז מען פירט זיך ערליך און הייליג איז דא צייט פאר אלעס; סיי טון פאר די קהילה, און סיי פאר די ווייב, סיי פאר שיעורים כסדרן, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.