בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכין החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים
איך וויל דו זאלסט אנהאלטן א קשר מיט דיינע תלמידים נאך די חתונה, זיי לערנען ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב.
עס איז מיר שווער צו שרייבן מפני הצניעות, איך וויל דו זאלסט מיך רופן, איך וויל איבערגיין מיט דיר ווי אזוי דו זאלסט מדריך זיין די תלמידים נאך די חתונה. אמאל איז געווען צייט פאר מיר צו טון דאס אלעס אליינס, היינט ווען די קהילה ווערט גרעסער און גרעסער - דארף איך תלמידים זאלן מיר העלפן טון די ארבעט.
איך וויל דו זאלסט מיר העלפן מיט דעם פרט, באגלייטן די תלמידים נאך די חתונה זיי זאלן לעבן א זיסע לעבן מיט די תורה, מיטן אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.