בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואו איז ער באהאלטן?
ראש השנה, עצתו אמונה, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה אז דו לייגסט אריין אסאך קאפ און מח פאר די קינדער עצתו אמונה, שכרך הרבה מאוד, ווייל דו זייסט אן אמונה, דו פלאנצט אמונה אין די קינדער, דאס וועט זיי בלייבן אויף זייער גאנץ לעבן.


איך טראכט א געדאנק לכבוד די נייע יאר, די מכון עצתו אמונה זאל ארויסגעבן א נייעם גליון ספעציעל פאר קינדער. עס דארף דיר נישט זיין קיין שווערע ארבעט, האסט דאך שוין די מעשיות, האסט שוין די בילדער, דארפסט נאר איינמאל אויסשטעלן א שיינע אויסשטעל, עס זאל זיין אויג פארכאפנד, מיט גרויסע אותיות, גאר גרויסע אותיות, געפינטלט, אז די קינדער זאלן דאס כאפן, מען וועט דאס לייגן אין אלע שולן, אלע קינדער וועלן דאס ליינען.


נאך א געדאנק, די מכון זאל מאכן נוי סוכה פון די בילדער וואס האט שייכות מיט סוכות. קענסט מאכן א שיינע נוי סוכה פון די בילד ווי די קינדער שטעכן דעם שטן מיט די ד' מינים, מאך א שיינע גרעפיק, גרויסע טאוולעך, עס וועט הענגען אין די סוכה, עס וועט אריינגיין טיף טיף אין אלע הערצער דאס שיינקייט און גרויסקייט פון טון מצוות, ווי דער שטן ווערט צעשטאכן פון די מצוות.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער גליון לכבוד ראש השנה. בעט דעם מעלער זאל מאלן א שיינעם געדעקטן טיש לכבוד ראש השנה, עפל מיט האניג, לייכטער, מיט א גרויסער שופר, און אונטערן טיש זיצט א מענטש מיט די פינגער אויפן מויל, אזוי ווי איינער באהאלט זיך, און ווי ביים טיר שטייט א מענטש מיט א פנים ווי ער זוכט איינעם.


מען זוכט אהער, מען זוכט אהין, מען טרעפט אים נישט...


מען גייט פון איין שטוב צום צווייטן, 'וואו איז ער? ווי איז רבי מענדעלע?' די גאנצע שול ווארט מען זאל שוין אנהויבן דאווענען, אבער דער בעל תפילה איז נישט צום געפינען, ער האט זיך באהאלטן, ער וויל נישט זיין די יאר דער בעל תפילה.


די תלמידים זאגן: "אפשר קען מען צושיקן א צווייטן צום עמוד?" מיר וועלן פרעגן דעם רבי'ן: "רבי, מיר טרעפן נישט דעם רבי מענדעלע, אפשר קען מען צושיקן א צווייטן צום עמוד?" דער רבי זאגט: "ניין", דער רבי זאגט: "מען וועט נישט דאווענען ביז מען וועט אויפזוכן דעם בעל תפילה רבי מענדעלע".


די תלמידים האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם רבי מענדעלע, ביז מען האט אים געטראפן און געברענגט צום רבי'ן, דער רבי רבי מענדעלע האט נישט געהאט קיין ברירה, ער איז צוגעגאנגען צום עמוד.


טייערע קינדער מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון די צדיקים, דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו מיט זיינע תלמידים. איינע פון די גרויסע תלמידים איז געווען דער הייליגער רבי מענדעלע מרימנוב זכותו יגן עלינו, ער איז געווען דער בעל תפילה ראש השנה ביים הייליגן רבי רבי אלימלך זכותו יגן עלינו.


נאכן דאווענען האבן אלע זייער געמוטשעט דעם רבי מענדעלע ער זאל זאגן פארוואס ער האט נישט געוואלט צוגיין צום עמוד. האט ער געזאגט, ער האט מקובל אז ווער עס ווערט אויסדערוועלט צו זיין בעל תפילה אין די ימים נוראים - מוז לערנען יעדן טאג, פון חמשה עשר באב און ווייטער - גמרא, "די יאר איז מיר געווען זייער שווער די וועג פון מיין שטאט פריסטיק ביז ליזענסק, איך האב נישט געלערנט יעדן טאג גמרא, דערפאר האב איך מיך באהאלטן, איך האב געטראכט 'איך בין נישט ווערד צו זיין דער בעל תפילה', ביז דער רבי האט מיר געהייסן, האב איך געדארפט פאלגן".


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה דאס גרויסקייט פון די צדיקים, ווי זיי לערנען די הייליגע גמרא, זיי גרייטן זיך אן אויף די הייליגע טעג מיט לערנען גמרא, און מיר קינדער גייען אויך אנהויבן לערנען אסאך גמרא, אזוי וועלן מיר אויך ווערן גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.