בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - באוואסערן די ביימער און בלומען
התחזקות, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיך פארן מיר העלפן מיטן העלפן די מוסדות, עס לוינט זיך די פלאג און מי צו בויען מוסדות; נאר דאס בלייבט, נאר דאס וועט אונז העלפן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


ליבער ברודער, אויך דו וואס דו ביסט פאריאגט סיי מיטן העלפן די מוסד, און סיי מיט דיין פריוואטע ביזנעס - זאלסטו אויך לערנען יעדן טאג תורה, נישטא אזא זאך עס זאל אריבער גיין א טאג אן לערנען תורה, לערן זיך פון די ביימער און בלומען, זיי קענען נאר וואסקן אז מען באוואסערט זיי, און דאס איז דער טעם פארוואס יום טוב שבועות איז דער מנהג אריינצוברענגען אין שול און אין שטוב ביימער און בלומען, א זכר פאר קבלת התורה; אויך איז דאס אז מיר זאלן זיך לערנען פון די ביימער און בלומען, וואס זיי קענען נישט וואקסן, זיי קענען נישט לעבן - אן קיין וואסער; אויב די ביימער און בלומען האבן נישט קיין וואסער - שטארבן זיי, און אזוי איז מיט א מענטש, "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה" (דברים כ, יט), דער מענטש איז אזוי ווי א בוים; אזוי ווי ביימער דארפן וואסער - דארף דער מענטש לערנען תורה וואס ווערט אנגעריפן וואסער (בבא קמא פב.), אן תורה קען דער מענטש נישט אנגיין, מען קען נישט לעבן.


דערפאר זאלסטו זיך זייער שטארקן און זאלסט זיך מקבל זיין צו לערנען תורה יעדן טאג. זיי זיך מקבל עס זאל נישט אריבער גיין א טאג אן תורה, נאר אזוי וועסטו קענען אנגיין אין לעבן. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (ברכות סא:), אמאל האט א פוקס שפאצירט ביים וואסער און ער האט געזען ווי א גאנצע מחנה פיש לויפן פון איין פלאץ צום צווייטן פלאץ, האט ער זיי געפרעגט: "אפשר ווילן ענק ארויסקומען פון וואסער און מיר וועלן האבן א גוטע לעבן אינאיינעם?" האבן די פיש געלאכט פון אים, זיי האבן אים געפרעגט: "דו ביסט דער פוקס וואס אלע זאגן דו ביסט א קלוגע חיה? מה דאך אין וואסער וואס איז אונזער פלאץ צו לעבן זענען מיר שטענדיג באזארגט אז מען זאל אונז נישט פאנגען, איז ווי קענען מיר ארויסגיין צו די טריקעניש? דארט וועלן מיר אודאי נישט קענען לעבן!" אזוי האט רבי עקיבא געזאגט פאר פופס ווען ער האט אים פארגעהאלטן פארוואס ער מאכט ישיבות ווען די רומיים האבן נישט געלאזט, און אז מען וועט נישט פאלגן די רומיים וועט עס זיין א סכנה, האט ער געזאגט די מעשה מיטן פוקס, אז א איד אן תורה קען נישט זיין, און נאר אז מען לערנט תורה קען מען לעבן.


על כן בעט איך דיר זייער, זיי מקבל די תורה פונדאסניי, מאך זיך א שטארקע קבלה צו לערנען תורה יעדן טאג, און אויב דו ביסט נאכנישט זוכה צו פארשטיין דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די תורה, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), עס איז זייער א גרויסע זאך צו לערנען תורה אפילו מען פארשטייט נישט, און אז מען איז שטארק מיט לערנען תורה, מיט זאגן די ווערטער פון תורה - וועט מען ביים סוף זוכה זיין צו תבונות התורה, מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין אלעס (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן יא); קוק אריין אין ספר רחמי האב (אות לימוד): "עוד זאת אומר לי לבי", מיין הארץ זאגט מיר, "עצה טובה", א גוטע עצה פאר די וואס זענען פאריאגט צו ברענגען פרנסה, און פאר די וואס פארשטייען נישט קיין לערנען, "שילמוד בכל יום דף גמרא ופרק משניות באמירה בעלמא", זיי זאלן יעדן טאג זאגן א בלאט גמרא און א פרק משניות אפילו אן פארשטיין; ער דערציילט: איך האב געקענט א שוסטער וואס האט נישט פארשטאנען קיין לערנען, און ער פלעגט יעדן טאג זאגן אסאך בלעטער גמרא, ער האט יעדע יאר געענדיגט ש"ס, "והי' צלם אלקים על פניו כאחד הגדולים", ער האט געהאט א ליכטיגע פנים, עס האט אים געשיינט פון די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.