בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך בין זייער נתעורר געווארן, ביז טרערן זענען מיר גערינען פון די אויגן; פריער קלאפן אריין צו מיר אין שטוב צוויי פאליציאנטן, באהאלטענע דיטעקטיווס, לכתחילה האב איך זיך דערשראקן, 'וואס גייט פאר, א פרישע פרשה?' למעשה זענען זיי מיר געקומען אויפוועקן איך זאל תשובה טון, זיי זאגן זיי זוכן עפעס א קאר, עפעס א לייסענס פלעיט, און היות דא איז דא ביי די שול קאמערעס – ווילן זיי זען די קאמערעס פון א חודש צוריק. איך בין געווארן אזוי דערשראקן, אוי וויי וואס וועט זיין ווען מען וועט אפיר נעמען פון מיר אלע בילדער מיום הוולדי, פון די טאג וואס איך בין געבוירן... אויבן אין הימל איז דא אוועקגעלייגט אין אפגעפילמט אלעס, אוי וויי, וואו וועל איך זיך קענען באהאלטן...
טייערער ברודער, דער רבי וועקט אונז אויף פון שלאף, דער רבי ברענגט אריין אין אונז מיר זאלן טראכטן פון תשובה, טראכטן פון תכלית, טראכטן פון עלמא דאתי, אז עס קומט נאך א וועלט, עס קומט באלד דער מלאך מיט די טויזנט אויגן, מען נעמט באלד ארויס דעם ספר הזכרונות, אלע קאמערעס, אלע פילמס, מען וועט פרעגן אויף יעדע מעשה, אויף יעדע רגע, אויף יעדע מחשבה דיבור ומעשה, וואו וועלן מיר זיך קענען באהאלטן...?
זארג נישט, אויך האבן מיר מצוות כרימון, מען דארף זיך זייער שטארקן מיט אלעס גוטס, נאר איין מאל א טאג דארף מען זיך מתודה זיין און זיך פארשעמען וכו'.