בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - באלד נעמט ארויס אלע קאמערעס, אלע פילמס
התחזקות, תשובה, יום המיתה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין זייער נתעורר געווארן, ביז טרערן זענען מיר גערינען פון די אויגן; פריער קלאפן אריין צו מיר אין שטוב צוויי פאליציאנטן, באהאלטענע דיטעקטיווס, לכתחילה האב איך זיך דערשראקן, 'וואס גייט פאר, א פרישע פרשה?' למעשה זענען זיי מיר געקומען אויפוועקן איך זאל תשובה טון, זיי זאגן זיי זוכן עפעס א קאר, עפעס א לייסענס פלעיט, און היות דא איז דא ביי די שול קאמערעס – ווילן זיי זען די קאמערעס פון א חודש צוריק. איך בין געווארן אזוי דערשראקן, אוי וויי וואס וועט זיין ווען מען וועט אפיר נעמען פון מיר אלע בילדער מיום הוולדי, פון די טאג וואס איך בין געבוירן... אויבן אין הימל איז דא אוועקגעלייגט אין אפגעפילמט אלעס, אוי וויי, וואו וועל איך זיך קענען באהאלטן...


טייערער ברודער, דער רבי וועקט אונז אויף פון שלאף, דער רבי ברענגט אריין אין אונז מיר זאלן טראכטן פון תשובה, טראכטן פון תכלית, טראכטן פון עלמא דאתי, אז עס קומט נאך א וועלט, עס קומט באלד דער מלאך מיט די טויזנט אויגן, מען נעמט באלד ארויס דעם ספר הזכרונות, אלע קאמערעס, אלע פילמס, מען וועט פרעגן אויף יעדע מעשה, אויף יעדע רגע, אויף יעדע מחשבה דיבור ומעשה, וואו וועלן מיר זיך קענען באהאלטן...?


זארג נישט, אויך האבן מיר מצוות כרימון, מען דארף זיך זייער שטארקן מיט אלעס גוטס, נאר איין מאל א טאג דארף מען זיך מתודה זיין און זיך פארשעמען וכו'.

#3 - נפטר ווערן איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך
חינוך הילדים, שטעטל, הדרכות, יום המיתה

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש, קרית ברסלב


בנוגע וכו'; נפטר ווערן איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך, מלמדים מעגן דערציילן פון נפטר ווערן, (ביי די יונגערע קלאסן דארף מען נישט רעדן קיין סאך פון דעם), און אז א קינד ווערט דערשראקן פון נפטר ווערן - געבט מען אים צו פארשטיין אז ביי ערליכע אידן איז דאס נישט שרעקעדיג, ווייל אז מען לערנט, מען דאווענט, מען טוט מצוות און מעשים טובים - גייט מען אין גן עדן מיט די הייליגע צדיקים.


בנוגע אויסטיילן די געהאלט האבלוועגס; ביסט גערעכט, מען קען נישט אויסטיילן האלבוועגס, אדער פאר יעדן אדער פאר קיינעם. איך וועל רעדן אין אפיס מען זאל מאכן אלע אויף איין מאל, ווייל איך וויל יא דו זאלסט אויסטיילן די געהאלט פאר די מלמדים, אזוי קענסטו געבן גוטע וועטער, צושרייבן א גוט ווארט, און אויב מען דארף חיזוק פאר שמירת הזמנים - קענסטו דאס גרינגער בעטן וכו'.


מיר דארפן זיך זייער שטארקן, איך האלט פאר מיינע אויגן די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט מיטן הערש, דער הייליגער רבי האט דערציילט, א קעניג איז געגאנגען אין וואלד פאנגען חיות מיט זיינע מיניסטארן, דער קעניג האט אנגעהויבן נאכלויפן א הערש, ער האט נאר געוואלט כאפן דעם הערש. פלוצלונג האט אנגעהויבן גיין א שלאקס רעגן, די מענטשן וואס זענען מיטגעגאנגען מיטן קעניג האבן אנגעהויבן אהיימגיין, האט דער קעניג געזאגט: "איך מוז כאפן דעם הערש, אז ענק ווילן אהיימגיין גייט אהיים", און דער רבי האט אויסגעפירט: "איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל - קען צוריקגיין".


אז איך קום אין שטעטל און איך נעם דעם סעווענטין כמספר 'טוב', און איך גיי ארויס ביי 'הונדערט און צוויי' כמנין 'צבי' - צו כאפן די הערש כמנין 'אמונה', און ווער עס וויל קען אהיים גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - טלית ותפילין ראטעוועט פון חיבוט הקבר און פון אלעם שלעכטס
תהלים, דאווענען, יום המיתה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער יעדע מאל איך זע דיך קומען אין ישיבה, איך זע דו ביסט שטארק מיט דאווענען און מיט אנטון טלית ותפילין, דאס איז די הייליגסטע זאך, דער וואס טוט אן טלית ותפילין ווערט ניצול פון חיבוט הקבר און פון אלעם שלעכטס.


מאך זיך א קביעות צו זאגן תהילים יעדן טאג, און פלעכט אריין דיינע אייגענע תפילות – וועסטו זען גרויסע ישועות.

#1 - וויי וויי, פארוואס האב איך נישט געלערנט משניות?
משניות, תכלית, יום המיתה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין הודעה אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און צו מסיים זיין ששה סדרי משנה הונדערט פיר און אכציג מאל.


האסט מיך זייער מחי' געווען, דאס געבט מיר כח צו ווייטער מחזק זיין בחורים און אברכים צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען (שיחות הר"ן, סימן עו), מען זאל לערנען אפילו בלי הבנה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט.


עס קומט א טאג, עס קומט א צייט – וואס נאר משניות וועט העלפן, נאר משניות וועט זיין אינטערעסאנט; ווען דער מלאך מיט די טויזנט אויגן קומט און נעמט צי די נשמה, מען פאלט אראפ א טויטער, דעמאלט וועט מען חרטה האבן, דעמאלט וועט מען רחמנות האבן אויף זיך, מען וועט טראכטן 'וויי וויי, פארוואס האב איך נישט געלערנט משניות? פארוואס האב איך געשפעט פון סדר דרך הלימוד?' דעמאלט וועט גארנישט נוצן, נאר משניות.


אז דו דארפסט אן ארבעטער זאל דיר העלפן – גיי אין ישיבה אין שטעטל און נעם א בחור וכו', עס איז א גרויסע זכות וד"ל.