בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אלע יארן העלפסטו מיר, דו נעמסט צאם צדקה פון אנשי שלומינו און פון די וואס האבן א געפיל פאר אונזערע מוסדות, א גאנץ יאר שטופט מען אפ דאס באצאלן, אבער ווען עס קומט פסח - וויל איך אלעמען באצאלן.
אלע יארן טראכט איך 'הלואי וואלט איך געקענט צולייגן נאך אפאר דאלער פאר יעדן מלמד לכבוד פסח', און ביז דערווייל איז מיר דאס נאכנישט געלונגען צו טון, ווייל קוים וואס מיר זענען מצליח צו באצאלן וואס מען קומט זיי. אפשר די יאר פסח - הבא עלינו לטובה - וועסטו מיר קענען העלפן צאמנעמען צדקה, מיר זאלן קענען סיי באצאלן אלע מלמדים און אלע טיטשערס, און סיי קענען צוגעבן אפאר דאלער לכבוד יום טוב. שוין פון חנוכה האבן מיר נישט מצליח געווען די יאר צו באצאלן די טיטשערס, און אויך די מלמדים האבן מיר באצאלט מיט געלט וואס דארף ווען גיין פאר די מוסד; ווי למשל, א גאנץ ווינטער זענען די עלטערן פארפרוירן געווארן פון שטיין אין די קעלט, און מיט א קליינע מאשין וואס רופט זיך א טרעקער - וואלט מען געקענט בלייבן אין שטוב און אריינרופן די טעלעפאן פראגראם און וויסן וואו די באס האלט, דאס קאסט אפאר טויזנט דאלער, און דער אדמיניסטראטער רפאל וואלט ווען געדארפט קויפן די מאשין צו מאכן באקוועם פאר די עלטערן, אבער ער האט דאס גענומען צו באצאלן די מלמדים, (דאס אלעס שרייב איך דיר ווייל דו זאגסט מיר אז מען זאגט דיר אז די מוסד געבט זיך סוף כל סוף אן עצה...).
... נרו יאיר, איך בעט דיר זייער, עס איז נאך געבליבן אפאר טעג ביז יום טוב, לייג אלעס אין דער זייט און יעצט טו די מצוה, נעם צוזאם צדקה פאר די מוסד.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.