בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך בין זייער איבערגענומען פון דיר אז דו האסט נישט גענומען די ארבעט ביי וכו', ווייל דו שפירסט אז דו וועסט דארט האבן נסיונות וכו', איך קוק אויף דיר גאר אנדערש היינט, ווייל נאכן נישט האבן קיין פרנסה און נאכן טרעפן א גוטע פרנסה וואלט מען געקענט מאכן דריידלעך, היתרים, דאך האסטו געפרעגט און מחליט געווען צו בלייבן ערליך, אשריך ואשרי חלקיך.
איך וויל דיר בעטן דו זאלסט געווען יעדע נאכט צום שיעור גמרא וואס דער דיין שליט"א לערנט פאר, א איד דארף האבן א שיעור קבוע, אדער אינדערפרי אדער פארנאכטס; אז מען האט א שיעור קבוע איז מען צוגעקלעבט צו די תורה, מען האט חיות פון די תורה, מען דארף נישט זוכן נישט גוטע זאכן צו באקומען א חיות.
דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן א גוטע פרנסה, א פרנסה וואס וועט דיר נישט אוועק נעמען פון יראת שמים.