בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ב' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
גיי אין א ווינקל און שריי צום אייבערשטן: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער.
מוהרא"ש פלעגט אונז דערציילן אלע יארן פורים די מעשה מיט ר' מאיר טעפליקער, ער פלעגט מאכן ביי זיך אין שטוב פורים נאכמיטאג א סעודה און אנשי שלומינו זענען זיך צאמגעקומען, מען האט געגעסן א סעודה, מען האט געטרינקען און געטאנצן אז מיר האבן מרדכי הצדיק, דער הייליגער רבי וואס ראטעוועט אונז פון המן הרשע; דער יצר הרע וואס וויל הרג'ענען יעדן איינציגסטן איד.
ויהי היום, איין פורים זעט ר' מאיר ווי איינער זיצט אין דער זייט און וויינט, בשעת אלע טאנצן זיצט ער דארט אין א מרה שחורה, ר' מאיר האט דאס נישט געקענט סובל זיין. ער גייט צו צו אים און פרעגט אים: "זאגט מיר וואס גייט פאָר? היינט איז פורים, אלע טאנצן, אלע זענען פרייליך, פארוואס טאנצט איר נישט מיטן גאנצן עולם?!" דער איד קוקט אן ר' מאיר און זאגט אים: "ווי אזוי קען איך טאנצן ווען איך האב א צבי' אויפן קאפ?!" ר' מאיר פרעגט אים: "וואס רעדט איר? זאגט מיר וואס גייט פאר מיט אייך?" דער איד הויבט אן וויינען, ער זאגט פאר ר' מאיר טעפליקער: "איך האב א טאכטער, זי איז שוין עלטער, זי דארף א שידוך, איך האב נישט קיין געלט איר חתונה צו מאכן, קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט מיר, די טאכטער צבי' דרוקט מיר אויף מיין מח, איך הער נישט אויף טראכטן פון מיין צרה", ר' מאיר זאגט אים: "איך פארשטיי אייך נישט, אמת, איר האט א צרה, איז דאס אבער די עצה? זיצן פארביטערט איז אן עצה?! דער רבי האט אונז געלערנט, אז מען האט א צרה שרייט מען צום אייבערשטן, דער רבי האט אונז געלערנט, אז עס דרוקט אויפן הארץ - גיסט מען זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, קומט טאנצן מיט מיר, איך וועל אייך ווייזן וואס איר זאלט טון מיט צבי', איך וועל זאגן ווערטער צום אייבערשטן און איר וועט מיך נאך זאגן".
ר' מאיר הויבט אן זאגן דעם פסוק: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער"; ר' מאיר זאגט אים: "זאג מיך נאך"; דער איד האט נאכגעזאגט און זיי האבן אנגעהויבן טאנצן, ביז דער איד איז זייער פרייליך געווארן, ער האט שוין נישט געשפירט צבי' אין זיין קאפ, ער האט אנגעהויבן שפירן דער אייבערשטן.
נאך פורים איז געשען א גרויסע נס, צבי' איז א כלה געווארן מיט א ברסלב'ער חתן, ביידע, סיי דער חתן האט נישט געזוכט א כלה וואס האט געלט, דער חתן האט געזוכט א כלה וואס לעבט מיטן אייבערשטן, וואס לעבט מיט א צדיק, און אויך די כלה האט זיך זייער געפרייט אז זי האט געטראפן א גוטער חתן, א חתן וואס קוקט נישט אויב מען האט געלט. זיי האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שיינע שטוב.
ברודער, גיי שוין זוך דיר אויף א ווינקל און שריי צום אייבערשטן: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער.
מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין פורים אין שטאט. איך וויל בעטן אנשי שלומינו זאלן נישט אריינקומען, זייט אייך נישט מטריח, מאכט אייך פרייליך אין שטעטל, פרייליך איז נישט אין א געוויסע פלאץ, פרייליך איז אין הארץ.
מוצאי שבת וועלן מיר טאנצן אין ישיבה, און אויך זונטאג נאכמיטאג וועלן מיר מאכן א שושן פורים סעודה מיט א פארשטעלונג פאר די קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.