בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איר שרייבט כסדר בריוו, וואס קענט איר העלפן אין שטעטל? וויל איך אייך פרעגן, היות האט מען געבויט דעם נייעם שול מיט די נייע ווייבער שול, אפשר ווילט איר העלפן מיט אויסלערנען די מיידלעך מיט די יונגע ווייבלעך וואס קומען אין שול, זיי זאלן וויסן אז אין שול רעדט מען נישט, און אויב חס ושלום מען רעדט, ווערט פארשטאפט די אויערן, מען איז גורם אז די תפילות זאלן נישט ארויפגיין.
איך שפיר אז די ווייבער שול ביי אונז אין די קהילה דארף א תיקון, עס איז נישט ווי עס דארף צו זיין, און איך וויל נישט צוקומען צו דעם צו דארפן פארשפארן די ווייבער שול.
איז אפשר קענט איר העלפן מיט דעם, רעדן צו די מיידלעך און ווייבלעך זיי זאלן קומען מיט דרך ארץ.
מיר האבן יעצט געמאכט צוויי באזונדערע שטיבער, איין שטוב אזוי ווי א פאליש, פאר די וואס קומען נישט דאווענען, נאר קומען זיך אויסלופטערן, און די אינעווייניגסטע צימער (גאלערי) – נאר פאר די וואס ווילן זיך אויסגיסן דאס הארץ, בעטן פאר די דורות און פאר כלל ישראל.
הלוואי ווען מיר וועלן קענען זאגן אז מיר האבן א ווייבער שול וואס דער רבי האט געזאגט, אז בזכות די ווייבער שול וועט משיח קומען, א ווייבער שול וואו מען קומט נאר פאר תפילה, פאר זיך אויסוויינען צום אייבערשטן.