בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך ווייל די שליסל פאר הצלחה איז צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך איז מצליח אין לעבן.
בפרט אז דו ביסט שוין אין די יארן פון טרעפן א שידוך דארפסטו זייער שטארק ארבעטן אויף שמחה, און דו זאלסט שטענדיג האבן אויף דיר א שמייכל. ווייל די ערשטע זאך וואס מען קוקט ביי א שידוך איז צי דער בחור אדער מיידל זענען געזונט און צי מען האט נישט חס ושלום מיט די נערוון. דאס קען מען זען אויפן פנים; אז מען האט א פרייליכע פנים איז א סימן מען האט נישט מיט די נערוון און אז מען גייט ארום מיט א זויערע פנים איז דאס אמאל א סימן פון נערוון, פחדים וכו' וכו' השם ישמרינו, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כג): ווען א מענטש איז מרה שחורה'דיג און זיין פנים איז אים פארטונקלט איז דאס א סימן אז די סטרא אחרא האט זיך אויף אים מתגבר געווען, זיי מאכן אז דער מענטש זאל האבן א טונקעלע פנים און אויף דעם איז געזאגט געווארן (שמות כ, ב): "לֹא יִהְיֶה לְךָ אֱלֹהִים אֲחֵרִים עַל פָּנַי".
דערפאר בעט איך דיר זייער, פון היינט און ווייטער זאלסט זיין פרייליך; דו זאלסט זיך נייטן צו זיין פרייליך אזוי וועסטו ארויס גיין פון דיין קטנות און מרה שחורה און דו וועסט טרעפן בקרוב א שידוך; קיין שום מיידל וועט נישט וועלן א בחור מיט א זויערע פנים, אלע ווילן נאר א פרייליכע בחור.
זיי נישט קיין בטלן; נוץ אויס דיינע יארן מיט לערנען תורה. לערן גמרא, א בלאט נאך א בלאט; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא אזוי ווי דער רבי האט אונז געגעבן דעם 'סדר דרך הלימוד' (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); קוק נישט אויף די וואס לאכן און שפעטן אפ פון דעם 'סדר דרך הלימוד', ווייל שפעטער וועלן מיר זען ווער דער חוזק איז; עס גייט אריבער אפאר יאר, דו וועסט זיין אנגעפילט מיט הונדערטער בלטער גמרא און דו וואס לאכן און שפעטן וועלן נישט האבן געעפענט א גמרא וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.