בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך בין נישט מסיח דעת פון שטעטל
חברים, התחזקות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו מיינסט אז איך בענק זיך נישט נאך ענק? דו מיינסט אז איך בין מסיח דעת פון ענק? איך בין נישט מסיח דעת פון שטעטל, עס איז א חלק פון מיין לעבן; טאג און נאכט טראכט איך פון ענק – וואס נאך איך קען טון פאר ענק, טאג און נאכט בעט איך פאר ענק.


איך בין אביסל שוואך; פונעם שבת סיום הש"ס בין איך אביסל אפגעשוואכט, אבער איך וויל קומען צו ענק מער ווי איר ווארט אויף מיר. איך האף צום אייבערשטן צו קענען קומען וואס שנעלער און וואס מער.


דיר בעט איך דו זאלסט אריין בלאזן א חיות אין אלע אנשי שלומינו; ווען מען קומט אין שול צו שחרית, מנחה און מעריב זאלסטו רעדן מיט אנשי שלומינו דיבורי התחזקות, דיבורים פון רבי'ן. אז מען רעדט פון רבי'ן ווערט מען גלייך אויפגעלעבט, עס ברענגט אריין א חיות אין די נשמה.


זיי שטארק צו קומען אין כולל יעדן אינדערפרי לערנען הלכה; זע אז דער פלאץ זאל זיין די ד' אמות פונעם אייבערשטן וואס דאס איז הלכה (ברכות ח.). אויך קום ביינאכט צום דף שיעור.


קוק גוט אויף יעדן איינעם.