בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ביסט אזוי געטריי בודק צו זיין וועכנטליך דעם עירוב
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שענק דיר א מצה פונעם עירוב וואס דו ביסט בודק יעדע וואך אלס א צייכן פון אנערקענונג; זאלסט וויסן איך ווייס און איך אנערקען וואס דו ביסט אזוי געטריי מיט דיין גאנצע הארץ צו בודק זיין וועכנטליך דעם עירוב.


  דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען אסאך נחת פון דיינע דורות; דו מיט דיין ווייב.


א כשר'ן פרייליכ'ן פסח.


דיין ראש ישיבה.