בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך בלייב א געטרייער איד
קינדער, זיכוי הרבים, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער, אין האבן א חלק פון צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


מוהרא"ש דערציילט, א איד האט געפרעגט דעם באבובער רב הרב הקדוש רבי בנציון בן הרב הקדוש רבי שלמה זכותו יגן עלינו פארוואס מען זעט נישט היינטיגע טעג אזעלכע מופתים ווי למשל פוקד זיין עקרות, אזוי ווי עס איז געווען ביי פריערדיגע צדיקים; האט אים דער באבובער רב געענטפערט: "גלייב מיר, צוריק ברענגען א איד צום אייבערשטן איז א גרעסערער מופת ווי צו געבן קינדער פאר אן עקרה", כידוע פלעגט דער גרויסער צדיק השם ינקום דמו - טון אזויפיל פאר בחורים; ער האט אויפגעשטעלט ישיבות, ער האט אזויפיל געטון פאר אידישע קינדער.


דא האסטו א מעשה פאר עצתו אמונה פאר קינדער:


די מלחמה האט זיך געענדיגט, די דייטשע רשעים ימח שמם וזכרם האבן אויסגע'הרג'עט אזויפיל אידן, איבער זעקס מיליאן אידן האבן זיי גע'הרג'עט מיט די גרעסטע אכזריות; אידן זענען געווען זייער צעבראכן, מען האט אויסגע'הרג'עט אזויפיל צדיקים, אזויפיל ערליכע אידן; מען האט געזוכט א צדיק וואס קען טיילן ברכות און ברענגען ישועות.


נאכן קריג איז דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו געקומען קיין ארץ ישראל, אבער ער האט גלייך מחליט געווען אז ער מוז קומען קיין אמעריקע אויפבויען אידישקייט; ווען די אידן אין ארץ ישראל האבן דאס געהערט האט זיי דאס זייער וויי געטון, זיי וועלן נישט האבן קיין צדיק צו נעמען ברכות און מקבל זיין ישועות.


מען האט געפרעגט דעם רבין זכותו יגן עלינו: "רבי, וואס וועלן מיר טון דא אליינס? פון וועם זאלן מיר בעטן א ברכה? ווער וועט קענען פועל'ן א ישועה?"


דער רבי זאגט זיי: "ווען איר וועט זען א איד אין שול ציט ארויף זיין ארבל אנצוטון די תפילין און ער האט א נומער איינגעקריצט פון די דייטשע רשעים ימח שמם - דער איד קען געבן ברכות; א איד וואס איז געווען אין לאגער, מען האט אים געפייניגט מיט שרעקליכע פיין, און ער קומט נאכאלץ אין שול אנטון תפילין, ער האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, ער האט נישט קיין טענות אויפ'ן רבונו של עולם, ער גלייבט ווייטער באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט נאר מיט צדק ומשפט, חסד און רחמים - דער איד איז ראוי צו געבן ברכות".


טייערע קינדער, מיר קענען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דאס אידישע פאלק, ווי געטריי זיי זענען צום באשעפער, נאכן פייניגן, נאכן הרג'ענען מיט אלע מיתות משונות. אלע פעלקער אינאיינעם זוכן צו הרג'ענען דעם איד, דאך בלייבט דער איד געטריי צום באשעפער, ער האט נישט קיין קשיות אויף די אמונה, דער איז א צדיק; דער קען געבן ברכות.


טייערער ..., מאך א בילד פון לאגער; די באקאנטע טויער וואס שטייט דערויף די ווערטער: "ארבעט מאכט פריי", אינעווייניג א איד מיט געלע שטרייכן ארויפגעצויגן איין האנט, ער ווייזט מיט'ן פינגער אויף א נומער איינגעקריצט אין זיין האנט, און א בילד ווי סאטמער רבי זכותו יגן עלינו שטייט אין דער זייט און ווייזט אויף דעם איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.