בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האב דיך ליב און איך וויל דיין הצלחה, בעט איך דיר מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, קום אין ישיבה, קום יעדן טאג אין ישיבה, גיי נישט ארבעטן, (וועסט נאך ארבעטן גענוג אין לעבן), בלייב אין ישיבה די קורצע צייט, מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות און זאג א יום תהלים מיט אסאך בלעטער גמרא, און האלט מיט די שיעורים, סיי פארמיטאג און סיי נאכמיטאג, גמרא און הלכה; וועסטו האבן א זיס לעבן.
עס קען אויסזען ווי די בחורים וואס לאזן איבער די ישיבה און זיי האבן אן מזלזל זיין אין זאכן וואס מען האט אכטונג געגעבן ביי ערליכע אידן, ווי זיי האבן א גוט לעבן, אבער עס איז נישט אזוי; גלייב מיר, די גוטע לעבן איז נאר ביי די ערליכע אידן, וואס דאווענען און לערנען.
הלוואי זאלסטו מיך צוהערן, הלוואי זאלסטו קוקן אינעם בריוועלע יעדן טאג און זיך שטארקן צו קומען אין ישיבה, און האבן שייכות מיטן ראש ישיבה, און מאכן נחת פאר דיין טאטע מאמע און פאר מיר.