בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים
איך האב ערהאלטן דיין בריוו, אויך האב איך ערהאלטן גאר גוטע גריסן פון דיין מגיד שיעור און פון דער מנהל, זיי זאגן אז דו פירסט זיך אויף מיט גאר גוטע מידות און יראת שמים.
דו פרעגסט אויב דו זאלסט צולייגן נאך שיעורים צו די שיעורים וואס דו לערנסט יעדן טאג; דארפסט נישט צולייגן יעצט נאך שיעורים, בלייב מיט די שיעורים וואס דו האסט יעצט, א שיעור אין מקרא - שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י הקדוש, א שיעור אין נ"ך, א שיעור אין משנה – ח"י פרקים משניות, גמרא - בבלי און ירושלמי, הלכה, מדרש, זוהר, תיקוני זוהר און דעם רבינ'ס ספרים; באפלייס זיך אין די שיעורים, און נאך א יאר זאלסטו נאכאמאל פרעגן אויב דו זאלסט צולייגן.
אלע קוקן אויף דיר, מען וויל זען ווי אזוי פירט זיך א ברסלב'ער חסיד א תלמיד היכל הקודש; זאלסטו זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר, ווייל ווען מען פירט זיך אויף שיין זאגן אלע: "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.