בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, גיי נישט ביינאכט פארברענגען מיט חברים; דאווען מעריב, גיי אהיים, און ניץ אויס די 'ווינטער נעכט' מיט לערנען די הייליגע תורה, זוך נישט פלעצער וואו צו גיין, בלייב אין שטוב; ווייל אז מען לערנט אין שטוב - ווערט די שטוב אנגעפילט מיט חיות, די גאנצע שטוב לעבט אויף. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (עירובין יח:): "כָּל בַּיִת שֶׁנִּשְׁמָעִין בּוֹ דִּבְרֵי תוֹרָה בַּלַּיְלָה", אין א שטוב וואס מען הערט דארט לערנען תורה ביינאכט, "שׁוּב אֵינוֹ נֶחֱרַב", ווערט נישט חרוב; ווייל די שלום בית ווערט גוט, די פרוי זעט אז איר מאן לערנט תורה, די קינדער זעען זייער טאטע לערנען תורה, די ווענט פון די הויז זאגן עדות 'דא וואוינט אן ערליכער איד', 'דא לערנט מען תורה', אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (תענית יא.): "בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם וְקוֹרוֹת בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם מְעִידִים בּוֹ", די ווענט פונעם שטוב זאגן עדות וואס עס טוט זיך אין שטוב; די דאַך שרייט ארויס וואס דא טוט זיך, אזוי ווי עס שטייט (חבקוק ב, יא): "כִּי אֶבֶן מִקִּיר תִּזְעָק, וְכָפִיס מֵעֵץ יַעֲנֶנָּה", די קינדער וואקסן אויף מיט א טאטע וואס לערנט, דער מאן ווערט חשוב ביי זיין ווייב און אלעס טוישט זיך צום גוטן.
ליבער ברודער, הארציגער חבר, דאס גיין מיט חברים אין שוויץ אדער אין אנדערע פלעצער - וועט נישט אנפילן די ליידיגקייט וואס דו שפירסט ביי זיך, און אז דו וועסט פארן מיט חברים דא און דארט וכו' - וועט דיר דאס נישט זאט מאכן, אפשר בשעת מעשה וועסטו זיך שפירן גוט, אבער ווען עס וועט אריבער גיין א טאג - וועסטו ווייטער שפירן אומצופרידן, דו וועסט שפירן ווי א ליידיגקייט נעמט דיך ארום, מען שפירט ווי עפעס פעלט, דאס איז אז עס פעלט לערנען תורה, און עס פעלט די דביקות צום אייבערשטן, און דאס איז וואס מען זעט מענטשן טוען אלע סארט זאכן; מען מאכט מסיבות מיט חברים און מען פארט אוועק אויף שבתים און ימים טובים, ווייל מען האט אינערליכע יסורים, מען איז נישט פרייליך און מען שפירט ווי מען איז נישט צופרידן, מען טראכט אפשר וועט מען דארט זיין פרייליך, אפשר אז מען וועט דאס טון וועט מען שפירט זאט, אבער זאט ווערט מען נאר דורך לערנען די הייליגע תורה און דורך התקרבות לצדיקים, אזוי ווי מוהרנ"ת פלעגט זאגן: "די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא און מען קען עס באקומען".
בלייב אין שטוב מיט דיין משפחה, אינוועסטיר ביי דיין משפחה, אין דיין ווייב, אין דיינע קינדער; א רחמנות אויף די וואס לויפן טאג און נאכט צו חברים, און שפעטער דערזעט מען זיך אז מען האט נישט קיין חברים, מען איז איינער אליין, מען ווערט אזוי אנטוישט אויף זיך אליינס אז מען איז נאכגעלאפן טאג און נאכט חברים, און היינט קוקן זיי נישט אויפן מענטש, און מען האט אויך נישט די משפחה; ווייל די ווייב און די קינדער ווען זיי זעען אז דער טאטע, דער מאן, איז נישט אין שטוב - דערווייטערן זיי זיך אויך פון אים, מען בלייבט עלנד, איינער אליין; אבער דער וואס האט שכל און הערט אויס די עצות פון צדיקים וואס לערנען אונז צו בלייבן אין שטוב, פארברענגען אין שטוב און אינוועסטירן אין שטוב - וועט ער האבן א שיינע עלטער, די ווייב און די קינדער טוען אים מכבד זיין און מען לאזט אים נישט זיין אליין, מען בלייבט מיט אים אלע טעג און אלע יארן מיט גרויס כבוד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.