בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
דיין ווייב שרייבט מיר אז עס איז איר אזוי שווער, זי ווארט גאנצע נעכט דו זאלסט אהיים קומען, זי גייט יעדע נאכט אליין שלאפן, זי שרייבט זי שפירט ווי עס גייט שוין צו איר מח, ווי זי גייט כאפן א נערווען צאמבראך השם ישמרינו.
ביסט דאך א קלוגער אינגערמאן, ביסט נישט קיין נאר, וואס וועסטו טון אז דיין ווייב וועט חס ושלום באקומען א נערווען צאמבראך השם ישמרינו? עס וועט דיר דאך זיין אזוי ביטער, איז פארוואס זאלסטו נישט אהיים קומען צייטליך, זיין אין שטוב, העלפן מיט די קינדער, און מחזק זיין די ווייב, זיך לייגן שלאפן צייטליך און אויפשטיין צייטליך.
דו אליין ביסט מודה אז דיין ווייב איז דיר אזוי גוט, זי איז דיר אזוי געטריי, מען זעט נישט אזא געטריישאפט ביי אנדערע פרויען, קומט איר נישט צו זיצן אליין נאכט נאך נאכט; וואלסטו געגאנגען אין שול לערנען די הייליגע תורה, וואלסטו געדינט דעם אייבערשטן גאנצע נעכט - וואלט מען איר געדארפט געבן חיזוק זי זאל זיך פרייען אז איר מאן לערנט, אבער וואו ביסטו? דו זיצט אין קיאסק, פארברענסט דיינע נעכט; רבונו של עולם וואס איז שוין דא צו טון אזוי לאנג אויפן קאמפיוטער? מוהרא"ש רופט אן דעם קאמפיוטער 'מכשף' ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין סז:), וואס איז די לשון כישוף? "מכחישין פמליא של מעלה", דאס טוט אפשוואכן די כח פון די קדושה, אזוי אויך דער קאמפיוטער - מחשב (מכשף); "למה נקרא שמן כשפים, שמכחישין פמליא של מעלה".
מיין ליבער טייערער ברודער, איך געב נישט אויף אויף דיר, איך ווייס דו ווילסט זיין גוט און דו וועסט זיין גוט, און אפילו מיר האבן שוין אזויפיל גערעדט, פרוביר איך נאכאמאל דיך בעטן זאלסט רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין ווייב און אויף דיינע קינדער.
בלייב אין שטוב אזוי ווי מיר האבן געשמועסט, ביינאכט זאלסטו נישט ארויסגיין פון שטוב, בלייב אין שטוב, זיץ מיט א משניות, א גמרא, לערן די הייליגע תורה; זאג משניות, זאג גמרא - וועסטו זיך מדבק זיין צום אייבערשטן.
משניות רייניגט דעם מענטש, משניות איז משנה דעם מענטש, מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון אלע פראבלעמען וואו דער מענטש איז נעבעך אריינגעפאלן.
אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען גמרא, בלייב אין שטוב און לערן גמרא. דער הייליגער זוהר זאגט (תיקונים, אנהויב): "וּמָאן דְּבָעִי לְמֶחְזֵי לְמַלְכָּא, לֵית לֵיהּ רְשׁוּ לְמֶחְזְיֵיהּ אֶלָּא בְּבֵיתֵיהּ", ווער עס וויל זען דעם קעניג - קען אים נאר זען אין שטוב, "וְרָזָא דְמִלָּה חָכְמָה לָא אִשְׁתְּמוֹדְעָא אֶלָּא בְּבֵיתֵיהּ", קען מען זאגן בדרך אפשר, מען קען זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן נאר אז מען איז אין שטוב; מיט שלום בית, מיט ליבשאפט.
יעצט חנוכה איז א גוטע צייט זיך צו באנייען מיט לימוד התורה. זיץ אין שטוב און זאג גמרא, דאס וועט פארברענען די קליפות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית'", און אז מען לערנט גמרא - פארברענט מען די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן אין פגם הברית.
עס איז אזא נישט גוטע געפיל, ווען די ווייב גייט ארבעטן אינדערפרי און זי זעט ווי דער מאן בלייבט שלאפן ביז סוף טאג, און ווען זי קומט אהיים דעמאלט הויבט דער מאן אן זיין טאג, און נאכדעם ווערט ער נעלם ביז סוף נאכט. איך בעט דיר מיין טייערער ליבער ברודער, גיי מער נישט אין קיין קיאסק, בלייב אין שטוב, זיי אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.