בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מאל חזר'ט אונז מוהרא"ש די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכהה (תנחומא שמיני, ב): "אֵין הַשִּׂמְחָה מַמְתֶּנֶת לָאָדָם. לֹא כָּל מִי שֶׁשָּׂמֵחַ הַיּוֹם שָׂמֵחַ לְמָחָר", מוהרא"ש בעט זיך ביי אונז, זיי פרייליך, שטופ עס נישט אפ אויף מארגן, וואס ווייסטו וואס מארגן וועט זיין, זיי פרייליך היינט, און אז דו האסט צרות און יסורים - זאלסטו נאכאלץ זיין פרייליך. מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה; ער איז געווען זייער א פרייליכער איד'ל, שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל, אפילו ער איז געווען אן עני ואביון. ווען זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, האסט דאך גארנישט?" האט ער איר געענטפערט: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון איינער וואס גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל און ער דערהאלט זיך.
פריי זיך מיט 'שלא עשני גוי', א גוי ביסטו נישט, וואס דו זאלסט נאר נישט זיין, אבער א גוי ביסטו נישט; ביסט גע'מל'ט, ביסט אנגעפילט מיט מצות, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה כז.), אפילו פושעי ישראל - "מלאים מצוות כרימון", זענען אנגעפילט מיט מצוות אזוי ווי א מילגרוים; פריי זיך מיט 'שלא עשני גוי', די גרעסטע צדיקים האבן זיך מיט דעם מחי' געווען.
דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו האט געזאגט, אינדערפרי ווען ער איז זייער צעבראכן מאכט ער גלייך די ברכה 'שלא עשני גוי'. אויך זאגט מוהרא"ש אז עס ווערט געברענגט (ספר שם משמואל פרשת שמות, שנת תרע"ז), אויפן גאון וצדיק רבי יונתן אייבשיץ זכותו יגן עלינו, מען האט אים געהערט אויסלאזן די ברכה שלא עשני גוי, מען האט אים געפרעגט דערויף, האט ער געזאגט: "אינדערפרי ווען איך האב זיך דערמאנט אז איך בין א איד - האב איך אויסגעשריגן די ברכה", און אז די גרויסע צדיקים האבן זיך מחי' געווען מיט דעם - איז דאך זיכער אז מיר דארפן זיך זייער פרייען מיט דעם.
עצבות וועט נישט העלפן, דאגות וועט דיר נישט העלפן; דאגות וועט נאר ערגער מאכן, און עצבות וויל איך נישט זאגן וואס עס קען מאכן, דאס ערגסטע וואס קען נאר זיין, און אז דו ביסט געדרוקט אין פרנסה - קענסטו נאך בלייבן פרייליך, און אז עס דרוקט דיר עפעס אנדערש - זאלסטו נאך בלייבן פרייליך; מאך זיך נישט נאריש, די וועלט ענדיגט זיך נישט מיט דיין פראבלעם, מיר האבן א גרויסער באשעפער, מען דארף אים מוטשען ביז מען זעט די ישועה.
דיין ווייב זאלסטו מחזק זיין זי זאל קומען היינט נאכט צו די פרויען צאמקום, א שאד זי זאל פארפאסן די שיעור היינט נאכט, זי וועט אהיים גיין תחיית המתים, א נייע מענטש מיט פרישע כוחות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.