בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#17 - בלייבן פרייליך ווען עס דרוקט
שמחה, פרויען צאמקום, דאגות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מאל חזר'ט אונז מוהרא"ש די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכהה (תנחומא שמיני, ב): "אֵין הַשִּׂמְחָה מַמְתֶּנֶת לָאָדָם. לֹא כָּל מִי שֶׁשָּׂמֵחַ הַיּוֹם שָׂמֵחַ לְמָחָר", מוהרא"ש בעט זיך ביי אונז, זיי פרייליך, שטופ עס נישט אפ אויף מארגן, וואס ווייסטו וואס מארגן וועט זיין, זיי פרייליך היינט, און אז דו האסט צרות און יסורים - זאלסטו נאכאלץ זיין פרייליך. מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה; ער איז געווען זייער א פרייליכער איד'ל, שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל, אפילו ער איז געווען אן עני ואביון. ווען זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, האסט דאך גארנישט?" האט ער איר געענטפערט: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון איינער וואס גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל און ער דערהאלט זיך.


פריי זיך מיט 'שלא עשני גוי', א גוי ביסטו נישט, וואס דו זאלסט נאר נישט זיין, אבער א גוי ביסטו נישט; ביסט גע'מל'ט, ביסט אנגעפילט מיט מצות, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה כז.), אפילו פושעי ישראל - "מלאים מצוות כרימון", זענען אנגעפילט מיט מצוות אזוי ווי א מילגרוים; פריי זיך מיט 'שלא עשני גוי', די גרעסטע צדיקים האבן זיך מיט דעם מחי' געווען.


דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו האט געזאגט, אינדערפרי ווען ער איז זייער צעבראכן מאכט ער גלייך די ברכה 'שלא עשני גוי'. אויך זאגט מוהרא"ש אז עס ווערט געברענגט (ספר שם משמואל פרשת שמות, שנת תרע"ז), אויפן גאון וצדיק רבי יונתן אייבשיץ זכותו יגן עלינו, מען האט אים געהערט אויסלאזן די ברכה שלא עשני גוי, מען האט אים געפרעגט דערויף, האט ער געזאגט: "אינדערפרי ווען איך האב זיך דערמאנט אז איך בין א איד - האב איך אויסגעשריגן די ברכה", און אז די גרויסע צדיקים האבן זיך מחי' געווען מיט דעם - איז דאך זיכער אז מיר דארפן זיך זייער פרייען מיט דעם.


עצבות וועט נישט העלפן, דאגות וועט דיר נישט העלפן; דאגות וועט נאר ערגער מאכן, און עצבות וויל איך נישט זאגן וואס עס קען מאכן, דאס ערגסטע וואס קען נאר זיין, און אז דו ביסט געדרוקט אין פרנסה - קענסטו נאך בלייבן פרייליך, און אז עס דרוקט דיר עפעס אנדערש - זאלסטו נאך בלייבן פרייליך; מאך זיך נישט נאריש, די וועלט ענדיגט זיך נישט מיט דיין פראבלעם, מיר האבן א גרויסער באשעפער, מען דארף אים מוטשען ביז מען זעט די ישועה.


דיין ווייב זאלסטו מחזק זיין זי זאל קומען היינט נאכט צו די פרויען צאמקום, א שאד זי זאל פארפאסן די שיעור היינט נאכט, זי וועט אהיים גיין תחיית המתים, א נייע מענטש מיט פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#16 - דאס זארגן צו סאך, קען אפהאלטן פון האבן קינדער
קינדער, שבת ליכט, דאגות, חלה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... וזוגתו תחי'


זארגט נישט וועגן קינדער, ענק וועלן האבן קינדער; דאס זארגן צו סאך - דאס אליין קען אפהאלטן פון האבן קינדער.


טו וואס חכמינו הקדושים זאגן (בבא בתרא י:): "מַה יַעֲשֶֹה אָדָם וְיִּהְיוּ לוֹ בָּנִים זְכָרִים", וואס זאל א מענטש טון ער זאל זוכה זיין צו קינדער זכרים? רבי אליעזר זאגט: "יְפַזֵר מָעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן צדקה, און רבי יהושע זאגט: "יְשַׂמַּח אִשְׁתּוֹ לִדְּבַר מִצְוָה", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב.


זייט מתפלל צום אייבערשטן פאר קינדער, און ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן פאר קינדער, אזוי אויך ווען איר טוט די מצוה פון חלה, און ווען מען טוט די הלכות פון טהרת המשפחה - דעמאלט איז אן עת רצון צו בעטן פאר קינדער און צו געהאלפן ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - מיט שמחה וועסטו מצליח זיין, מיט זארגן וועט גארנישט ווערן
שמחה, נקודות טובות, דאגות, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


דו ווילסט דאך הצלחה, און דו פרעגסט שטענדיג וואס דו קענסט טון פאר הצלחה, דו ווארסט אויף שפע.


נעם די איין שורה פון ספר המדות און זיי זיך מוסר נפש אויף דעם, וועסטו זייער זייער מצליח זיין. דער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד", ווער עס איז שטענדיג פרייליך, "עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דורכדעם וועט ער האבן הצלחה.


בעט נאר אויף שמחה, און טו אלעס צו זיין פרייליך, נישט טרינקען ברוינפן אדער נעמען דראגס, דאס איז נישט שמחה, דאס איז אנטלויפן פון זיך, פון מציאות; איך רעד פון שמחה, זיך פרייען 'איך בין א איד', זיך פרייען מיט ציצית, תפילין, מיט אמונה, מיטן התקרבות לרבינו.


מיט שמחה וועסטו מצליח זיין, און מיט זארגן – וועט גארנישט ווערן.

#14 - אין ברסלב האט מען נישט אנגענומען די סגולה פון זארגן
קינדער, שמחה, תודה והודאה, סגולות, דאגות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... שיחיו


ענק האבן קוים חתונה געהאט און שוין זענט איר באזארגט אויף קינדער; וואס דארפט איר זארגן? זארגן וועט אייך נישט העלפן, זארגן מאכט שוואך און אלט; אין ברסלב האט מען נישט אנגענומען די סגולה פון זארגן, אין ברסלב איז דא די סגולה פון שמחה, פון טאנצן, פאטשן און זינגען.


איך בעט ענק מיינע טייערע, באליבט ווי קינדער – זארגט נישט, מאכט אייך נישט משוגע מיט זארגן, זייט פרייליך, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, געבט אוועק יעדן טאג א צייט פאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, און אויך אביסל צייט אויף טאנצן, און איר וועט זען גרויסע ניסים.

#13 - לאז אפ די דאגות, ווייל זארגן שוואכט אפ
אמונה, פרנסה, עצות, דאגות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך מיט אמונה ובטחון, דאס וועט דיר ברענגען פרנסה, און לאז אפ די דאגות; ווייל זארגן שוואכט אפ.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ע.): "שלשה דברים", דריי זאכן, "מכחישים כחו של אדם", מאכט שוואך דעם מענטש, "ואלו הן, פחד", איינע פון זיי איז פחד, זאגט רש"י (דבור המתחיל פחד): "דאגה, שדואג על דבר העתיד, כגון טירוד מזונות", דאס זארגן אויף זאכן פון שפעטער, צום ביישפיל 'ווי וועל איך האבן מארגן עסן?' "או פחד אויב", אדער זארגן וועגן 'אפשר וועט ווערן באלד א מלחמה?' וכו'.


אמונה איז די בעסטע עצה פאר פרנסה. עס שטייט (תהילים לז, ג): "בְּטַח בַּה' וַעֲשֵׂה טוֹב, שְׁכָן אֶרֶץ וּרְעֵה אֱמוּנָה", וּרְעֵה – די פרנסה, אֱמוּנָה – קומט דורך אמונה.

#12 - א שאד דיין זארג, עס וועט דיר סיי ווי נישט העלפן
אמונה, דאגות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך, פארליר זיך נישט, קיינער קען דיר גארנישט שלעכטס טון; דער אייבערשטער איז מיט דיר, דער אייבערשטער היט דיך, דער אייבערשטער איז מיט דיר.


איך בעט דיר זייער, טראסט דעם אייבערשטן; א שאד צו זארגן, זיך אויפעסן די קישקעס. א שאד דיין זארג, עס וועט דיר סיי ווי נישט העלפן, זארגן טוט נאר אפשוואכן דעם מענטש. געב זיך איבער צום אייבערשטן, זאג: "אייבערשטער איך געב זיך איבער צו דיר, איך בין אינגאנצן צעמישט, העלף מיר איך זאל קענען אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ערליכע דורות, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל דיך טראסטן, איך זאל וויסן אז דו ביסט מיט מיר און דו מאכסט מיר נאר גוט".


מיר פארן דאך יעצט צום הייליגן רבי'ן, דארט וועסטו פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#11 - וויפיל צענדליגער טויזנטער אידן זענען זיך מתעורר לתשובה פון דיין אלבום
שמחה, ניגונים, הפצה, זיכוי הרבים, משניות, פרנסה, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


ווען דו וואלסט ווען געוואוסט וואס די סי-די וואס דו האסט ארויסגעגעבן "איך דארף נישט קיינעם"; וויפיל צענדליגער טויזנטער מענטשן זענען זיך מתעורר לתשובה, וויפיל מענטשן נעמען חיזוק פון דעם טאג נאך טאג - וואלסטו מיר זיכער געהאלפן ארויסצוגעבן יעדע פאר חדשים נאך א סי-די.


טייערער ..., מאך זיך א שיעור אין משניות, לערן יעדן טאג צום ווייניגסטנס צוויי פרקים משניות, זאג די ווערטער, אפילו אן פארשטיין; דאס ברענגט פרנסה און דאס מאכט פרייליך, עס נעמט אוועק אלע אומזיסטע זארג.


 

#10 - פארוואס זיך זארגן אויף א וועלט וואס באלאנגט נישט צו אייך?
קינדער, חינוך הילדים, מוסדות, חסידות ברסלב, היכל הקודש, מוהרא"ש, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ל"ב שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א נס אז איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש וואס ברענגט מיך צום הייליגן רבי'ן, וואס דערמאנט מיך יעדע מינוט נאכאמאל פונעם אייבערשטן, פון תכלית; וואו וואלטן מיר געווען און ווי וואלטן מיר אויסגעזן אן דעם הייליגן רבי'ן...


די ווערטער וואס מוהרא"ש שרייבט אונז אין די צוואה - דאס שטייט מיר פאר מיינע אויגן, און דאס זאלסטו לייגן פאר דיינע אויגן (צוואת מוהרא"ש, אות ח): "וְעַל כֵּן מַה לָכֶם לִדְאוֹג עַל עוֹלָם שֶׁאֵינוֹ שֶׁלָּכֶם", - דעריבער וואס דארפט איר זיך זארגן אויף א וועלט וואס באלאנגט נישט צו אייך? "וּמַה לָכֶם לְהִתְבַּלְבֵּל מֵאֲחֵרִים", וואס דארפט איר ווערן מבולבל פון אנדערע מענטשן?


עס כאפט מיר א שטארקע התעוררות פון די ווערטער, איך הויב אן דאנקען דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו וויסן פון א צדיק וואס שיינט אריין אין מיר אזא שכל: "וְעַל כֵּן מַה לָכֶם לִדְאוֹג עַל עוֹלָם שֶׁאֵינוֹ שֶׁלָּכֶם", דעריבער וואס דארפט איר זיך זארגן אויף א וועלט וואס באלאנגט נישט צו אייך? "וּמַה לָכֶם לְהִתְבַּלְבֵּל מֵאֲחֵרִים", וואס דארף איר ווערן מבולבל פון אנדערע מענטשן?


דאנק דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער האבן א חדר, א סקול - וואס מען איז זיי מחנך פון קליינערהייט מיט די הייליגע אמונה, מיט א זיסקייט צו תורה און אידישקייט. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיךְ גֶעטוּן", און רבי נתן זאגט (שם): "וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא", דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף די וועלט וואס פארשטייט יעדן איינעם און העלפט יעדן איינעם מיט זיינע זיסע עצות.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור אין בארא פארק'ער שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - פלוצלונג שפאלט זיך דער ים און אלעס ווערט מסודר
התחזקות, דרשות, התחדשות, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פארליר זיך נישט, געב נישט אויף, דער אייבערשטער וועט דיר העלפן. אזוי ווי אידישע קינדער זענען געשטאנען ביים ים און נישט געקענט טראכטן פון וואו עס וועט קומען די ישועה, און דער אייבערשטער האט געשפאלטן דעם ים, אזוי איז ביי יעדן איינעם יעדן טאג; מען זארגט זיך מיט אזויפיל זארג: 'פון וואו וועט קומען מיין הילף? ווען וועט קומען די ישועה און ווי אזוי?' און פלוצלונג שפאלט זיך דער ים און אלעס ווערט מסודר.


דער פראבלעם איז נאר אז עס ווערט א פרישע דאגה און מען פארגעסט אז נעכטן און אייער נאכטן און אייער אייער נעכטן האט מען אויך געזארגט און געמיינט אז עס איז עק וועלט און דער אייבערשטער האט געהאלפן, איז וואס זארגסטו מיט א פרישקייט? פארוואס זאלסטו זיך נישט פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן?


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין ישיבה, איך וויל דו זאלסט קומען צום שיעור. אויך וועט מען קענען מיטהאלטן די שיעור אין שטעטל, מאנסי, מאנרא, לעיקוואד, קאנאדע; עס איז זייער וויכטיג צו קומען כאטשיג די איינמאל א וואך זיך אויפפרישן מיטן רבינ'ס שכל און רבינ'ס עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - נעם זיך גארנישט צום הארצן, נעם דעם אייבערשטן אין הארץ
תודה והודאה, אמונה, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאגה נישט, עס וועט דיר נישט העלפן - זארגן, עס וועט נאר ערגער מאכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לָא תַּעֵיל דַּוְיָא בְּלִבָּךְ", זארג נישט, "דְּגַבְרֵי גִּיבָּרִין קְטַל דַּוְיָא", ווייל גרויסע שטארקע מענטשן זענען פון דעם געשטארבן.


נעם זיך גארנישט צום הארצן, נעם דעם אייבערשטן אין הארץ; לייג זיך אריין אין אמונה. חזר אמונה, זינג אמונה: "אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס איז ער און ער איז אלעס"; דאס וועט ארויסנעמען אלע זארג פון דיין הארץ.


עס איז דא אזויפיל גוטס, מען דארף זוכן דאס גוטס אין די פראבלעם. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) אפילו ווען דער אייבערשטער ברענגט צרות - דארף מען זוכן אין די שלעכטס עפעס גוטס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן "אין די צרה - האסטו מיר ברייט געמאכט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - א שאד צו זארגן
חתונה, חתן, דאגות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חתן ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו גייסט שוין כמעט צו די חתונה, זאלסט זיך גארנישט זארגן, דו זיי שטארק מיט'ן רבינ'ס לימודים - וועסטו האבן א זיס לעבן, א האניג לעבן; מיט'ן רבינ'ס עצות איז געשמאק די לעבן.


דיין חבר ... נרו יאיר זאגט מיר דו האסט זיך אויסגערעדט צו אים וכו', ער האט מיר אלעס דערציילט; דעריבער וויל איך דיר בארואיגן זאלסט זיך גארנישט זארגן, א שאד צו זארגן. קוק אויף צוריק, וויפיל האסטו געזארגט פאר דיין שידוך, יעצט זעסטו עס איז א שאד געווען די זארג...


זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, און מיט התבודדות ותפילה.


רעד שיין צו דיינע עלטערן.

#6 - דער מאן ווערט צעדרוקט צווישן זיין ווייב און זיין מאמע
שמחה, שלום בית, שווער און שוויגער, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן איבער דעם אז שוויגער און שנור קומען זיך על פי רוב נישט אויס, א שוויגער האט נישט אזוי ליב די שנור מכמה טעמים. וואס פאסירט? דער מאן ווערט צעדרוקט, פון איין זייט האט ער חתונה געהאט, דארף ער לעבן מיט די ווייב, פון די אנדערע זייט האט ער דאך זיין מאמע, די מאמע זאגט אים איין זאך און די ווייב זאגט פארקערט, די ווייב רעדט אויף די מאמע און די מאמע רעדט אויף די ווייב, און דער אינגערמאן ווערט צודריקט, וואס טוט מען?


די קונץ איז צו קענען גיין צווישן די טראפן; נישט יעדע שלעכטע ווארט וואס מען הערט פון די מאמע - דארף מען איבערזאגן אין שטוב, און נישט וואס די ווייב רעדט שלעכטס דארף מען איבערזאגן פאר די מאמע. מוהרא"ש האט אונז געלערנט ווי אזוי צו מאכן שלום, מען מעג זאגן פארקערט מפני השלום; פאר די ווייב זאגט מען: "מיין מאמע האט דיר זייער ליב", און פאר די מאמע זאגט מען: "מיין ווייב זאגט מיר אלץ וואס פאר א גוטע מאמע איך האב"; ווער עס קען גוט שפילן דעם שפיל - דער ווערט נישט צעדרוקט, דער לאכט זיך גוט אויס.


דעריבער זאלסטו אכטונג געבן אין שטוב זאלסטו זיין געטריי פאר דיין ווייב, פאר איר זאלסטו זאגן: "איך בין מיט דיר, איך וועל טון נאר וואס דו זאגסט", און ווען דו רעדסט מיט דיין מאמע זאלסטו איר געבן גערעכט, אזוי וועסטו נישט ווערן צעדרוקט.


טייערער ברודער, לאך זיך גוט אויס, נעם זיך נישט צום הארצן; דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וועלטעלע וועלטעלע, ביסט נישט ווערד קיין קרעכץ"; דאס איז זייער א טיפער ווארט, א שאד צו קרעכצן אויף וועלטליכע זאכן. אט איז מען דא - אט איז מען שוין אין בית הקברות, איז דאך א שאד די דאגות און הארץ עסעניש, אין די צייט דארף מען אריינכאפן נאך א בלאט גמרא, נאך א פרק משניות, נאך א שחרית, נאך א מנחה מעריב; דאס איז יא, דאס איז חשוב, דאס וועט בלייבן.


 

#5 - פון זארגן וועסטו נישט געהאלפן ווערן
קינדער, תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, רפואה, סבלנות, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב גערעדט צום דיין שליט"א, ער זאגט אז דיין ווייב זאל נעמען די וויטאמין, דאס וועט העלפן אז אלעס זאל גיין כסדר, עס וועט איר העלפן וכו'.


פארליר זיך נישט, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; איר וועט זוכה זיין צו זרע ברך ה', נאר נישט אריינפאלן אין יאוש, נאר נישט דאגה'נען; פון זארגן וועט גארנישט געשען, דאגות ברענגט נישט קינדער, דאגות דערביטערט דאס לעבן.


טוט וואס יצחק און רבקה האבן געטון, זיי האבן אינאיינעם געבעטן דעם אייבערשטן; נעם דעם תהלים אינאיינעם מיט דיין ווייב, זאג יעדן טאג תהלים וועסטו זען גרויסע ישועות.


כאפ זיך אריבער יעדן טאג צום ציון פון הייליגן סאטמאר רבי, זאג דארט א קאפיטל תהלים און בעיקר זאלסטו זיך מתבודד זיין דארט; עס איז זייער א הייליגע פלאץ, מען קען דארט פועל'ן גרויסע ישועות. בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש, ווערטער פון הארץ, ער זאל דיר געבן געזונטע ערליכע קינדער, בנים צדיקים.


נאכאמאל, פארליר זיך נישט, כי גדול אדוננו.


 

#4 - עס מאכט נישט אויס ווער עס וועט ערוועלט ווערן פאר פרעזידענט
דאגות, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מאך זיך נישט נאריש, לאז זיך אפ פון פאליטיק; וואס איז דיר נוגע ווער עס וועט ערוועלט ווערן פאר פרעזידענט. עס איז נישט מעלה און נישט מוריד ווער עס וועט ערוועלט ווערן, דער אייבערשטער פירט די וועלט, ער מאכט אלעס, ער היט אונז, ער היילט אונז און ער שפייזט אונז.


זארג נישט אומזיסטיגע זארג; דיין זארג זאל זיין: 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד? ווי אזוי קען מען געווינען דעם יצר הרע וואס זוכט אונז אראפ צו ווארפן?'


דו שרייסט אז די רעכטע דארפן געווינען, די לינקע זענען א סכנה וכו'; דארפסטו געדענקען אז די רעכטע זענען רעכט קעגן די לינקע, אבער פאר אונז זענען זיי אלע לינק, מיר דארפן קעמפן קעגן דעם יצר הרע וואס וויל אונז מאכן לינק.


לאך זיך גוט אויס...


 

#3 - זארג נישט איבער דעם וואס האט פאסירט צו דיר יום כיפור
קדושה, הפצה, יום כיפור, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


זיי נישט צעבראכן איבער וואס עס האט פאסירט מיט דיר דעם יום הקדוש, א מקרה בלתי טהור. זיי נישט דערשראקן, ווייל דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פח.): "הָרוֹאֶה קֶרִי בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים", דער וואס ווערט טמא בטומאת קרי אום יום כיפור, "יִדְאַג כָּל הַשָּׁנָה כֻּלָּהּ", זאל א גאנץ יאר זיך זארגן אפשר גייט ער שטארבן - דאס איז נישט שייך ביי דיר, אזוי ווערט געברענגט פון די אחרונים.


אז דו ווילסט פאררעכטן, דו ווילסט תשובה טון - זאלסטו זיך פארנעמען מער עוסק צו זיין אין לימוד התורה און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, וואס דאס איז דער גרעסטער תיקון פאר הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּיקוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל פאררעכטן חטאות נעורים, זאל משתדל זיין צוריק צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; נישטא קיין גרעסערע תענוג און נחת רוח ביים אייבערשטן ווי דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום דרך התורה.


דאגה נישט, דאגה נישט פון שטארבן; עס איז קלאר אין די פוסקים אז דאס קומט פון שלעכטע מחשבות און פון עסן וכו', איז נישט שייך די זאך.

#2 - עס וועט אוועק גיין אלע מחלות וחלאים רעים
תפילה והתבודדות, רפואה, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי-קדושים, ד' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס דארף מען זארגן ביז דעמאלט; דער אייבערשטער וועט העלפן עס וועט אוועק גיין אלע מחלות וחלאים רעים, מען וועט קענען אנגיין מיט'ן לעבן אזוי ווי אמאל.


איך ווייס נישט צי אייער שוועסטער וועט אננעמען וואס איר זאגט, בפרט אז איר זענט יונגער פון איר; אז איר ווילט איר העלפן זי זאל זיין רואיג, פרייליך און חתונה האבן - זאלט איר דאווענען פאר איר.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל שוין בטל ווערן אלע גזירות, משיח זאל אונז שוין אויסלייזן פון גלות.


זעטס צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים.

#1 - ווי אזוי ווערט מען פטור פון דאגות
פחדים, עצות, שכחה, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אזעלכע ליכטיגע עצות, וואס ווער עס טוט די עצות קריכט ארויס פון אלע פראבלעמען. די ערשטע עצה איז שכחה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט אנגיין ווייטער מיט זיין לעבן, ווייל עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון.


חזר זיך דעם מאמר החכם: "הֶעָבָר אַיִן, וְהֶעָתִיד עַדַיִן, וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן, דַאֲגָה מִנַּיִן", וואס איז געווען איז געווען - איז דאך נישט ווערד זיך צו זארגן אויף וואס איז געווען; דער עיקר דארף מען קוקן אויף פאראויס, נישט שלעפן מיט זיך דעם עבר.


אז עס ווערט דיר גרינגער ווען דו נעמסט מעדעצין זאלסטו אודאי נעמען מעדעצין, דאס וועט דיר העלפן זיין רואיג, דו זאלסט נישט צוריק לויפן צו נעמען די שארפע דראגס.


טייערער ברודער, ליבער חבר, פאר יעדע פראבלעם איז דא אן עצה; נישט דא אזא זאך א צרה אן קיין רפואה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נח, ח): "אֵין מַכָּה בָעוֹלָם שֶׁאֵין לָהּ רְפוּאָה", עס איז נישט דא קיין מכה וואס עס זאל נישט זיין אויף דעם א רפואה, "רְפוּאָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע - תְּשׁוּבָה", דער רפואה אויפ'ן יצר הרע איז תשובה; נאך זאגן חז"ל (תנחומא הישן וירא, סימן טז): "שֶׁאִם בְּיַד אָדָם כַּמָּה עֲוֹנוֹת וְהוּא שָׁב לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, הוּא מַעֲלֶה עָלָיו כְּאִילוּ לֹא חָטָא", אז א מענטש האט אסאך געזינדיגט און ער טוט תשובה, רעכנט אים דער אייבערשטער כאילו ער האט נישט געזינדיגט.


זיי שטארק מיט זיך; זאלסט נישט צוריק לויפן צו דראגס וועסטו זוכה זיין צו א חיים טובים.