בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעט אויף איין זאך, אויף פרייליכקייט, רואיגקייט, און שלוות הנפש
חברים, שמחה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


אלעס האסטו – חוץ איין זאך; האסט א הערליכע פאמיליע, א טייערע ווייב, ליכטיגע קינדער, האסט פרנסה, שוין אזויפיל יאר וואס דו לייגסט ברויט אויפן טיש, מען הונגערט נישט ביי דיר, מען האט קליידער אנצוטון, האסט אלעס, האסט א רבי וואס גייט פאר אונז, וואס וועט אונז מתקן זיין, האסט ממש אלעס, אויסער איין זאך, ביסט נישט פרייליך; מען זעט נישט לעצטנס דיין שמייכל, אמאל פלעגסטו זיין רואיג, שמייכלען, זיין פאזעטיוו; עפעס לעצטנס איז אלעס פארשווינדן, אפשר זייט דו האסט אינוועסטירט אין נכסים און עס ווערט מקוים (אבות ב, ז): "מַרְבֶּה נְכָסִים, מַרְבֶּה דְאָגָה", ווי מער מען האט פארמעגן אלץ מער זארגט מען, אדער אפשר אמאל האסטו געהאט בעסערע חברים, מער תמימות'דיגע, מער צופרידענע, אפשר איז דאס משפיע.


אין אלענפאלס, איך בעט דיר זייער זאלסט זיך פארלייגן ביי התבודדות צו בעטן אויף די איינצעלהייט, אויף פרייליכקייט, אויף רואיגקייט, אויף שלוות הנפש, ווייל אויב מען האט דאס – איז אלעס פיין און וואויל, און אז מען האט נישט שמחה – האט מען גארנישט.


אויך זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר גוטע חברים, פרייליכע חברים, חברים וואס זענען נישט בעלי גאווה, חברים וואס זענען תמימות'דיג, אויך פאר אמת'ע חברים, וואס מיינען דיין גוטס, נישט וואס שמייכלען אין פנים און שטעכן א מעסער אין רוקן.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך דארף נאך מאכן התבודדות אויב שרייבן און ווי אזוי צו שרייבן.