בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעט איבער דיין ווייב, אז די קינדער זאלן נישט זיין פארוואגלט
קינדער, שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער תלמיד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי בצער פון וואס דו גייסט אריבער, איך בין ממש אויסער זיך אז דא גייט זיין א גט.


בעט איבער דיין ווייב, שרייב איר א שיינעם בריוו; בעט איר, אפשר דאך קען מען בלייבן אינאיינעם למען יונקי שדים שלא חטאו, די קינדער זאלן נישט זיין פארוואגלט.


ביז דערווייל מאך זיך נישט וויסנדיג פונעם הזמנה לדין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.