בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעט איבער דיין ווייב, זאג איר צו אז דו וועסט מער נישט גיין אויף ברסלב
תפילה והתבודדות, שלום בית, חסידות ברסלב, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין ווייטאגליכער בריוו.


זעט אויס אז דיין ווייב האט געהערט זייער שלעכטע זאכן אויף ברסלב בכלל און אויף היכל הקודש בפרט; זי ציטערט אז דו ביסט פארכאפט אין א שלעכטע פלאץ - דעריבער סטראשעט זי און זי גייט נישט וכו', דאס מאכט איר זאלט נישט האבן קיין שלום בית.


דיר זאג איך אז זי איז א וואוילע פרוי, זי איז נישט שלעכט, זי האט פשוט מורא צו לעבן מיט דיר ווייל דו ביסט אנגעקומען צו א קולט. דעריבער זאלסטו אויפהערן דאווענען אין ברסלב, גיי מער נישט צו די שיעורים, טו אלעס אויף דער וועלט אבי דו זאלסט צוריק האבן דיין שטוב; דו קענסט זיך ווייטער פירן מיט'ן רבינ'ס עצות, רעד צום אייבערשטן, זיי זיך מחי' מיט די גוטע זאכן וואס דו ביסט זוכה צו טון, לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה; אין קורצע ווערטער, דו דארפסט גארנישט אפלאזן, סך הכל זאלסטו נישט קומען מער דאווענען אין ברסלב, זיך נישט רייצן מיט איר, כדי אז דיין משפחה זאל נישט צעפאלן.


וואס קענען מיר טון אז מיר זענען אזוי פארשעמט... יעצט וועסטו שוין פארשטיין וואס איז געווען פשט ווען רבי נתן זכרונו לברכה האט געפונען דעם רבי'ן וויינען האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "פארוואס וויינט דער רבי?" זאגט אים דער רבי: "מען זאגט אויף מיר אז איך בין כת ...", רבי נתן זאגט: "איך האב נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט; איז וואס? האט יענער געזאגט דו ביסט כת ..., וועם גייט אן וואס דער זאגט, וואס יענער זאגט?" אבער שפעטער ווען רבי נתן האט אזוי שטארק געארבעט אריינצוברענגען די עצות פון רבי'ן, די וועג פון רבי'ן - אין די וועלט, און מענטשן האבן נישט געוואלט הערן פון רבי'ן צוליב די אלע לשון הרע'ס, האט רבי נתן געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דער רבי האט געוויינט אז מען זאגט אויף אים די לשון הרע'ס".


יעצט ווען דיין ווייב גייט נישט וכו', זי וויל מער נישט האבן מיט דיר, שוין לאנגע וואכן וואס איר זענט צעטיילט שטילערהייט רחמנא לצלן; וואס איז דיין חטא, אז דו גייסט שבת הערן חיזוק אויף גיין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין? חיזוק אויף האבן אן ערליכע לעבן? חיזוק אויף שלום בית? - זאלסטו איר נאכגעבן, זאלסט איר נישט וויי טון, זאלסט איר פארשטיין; זי האט אויסגעהערט לשון הרע, יעצט קענסטו גארנישט טון, יעצט דארפסטו טון רצון השם, דעם ווילן פונעם אייבערשטן; איר איבערבעטן און צוזאגן אז דו גייסט מער נישט גיין קיין ברסלב.


דעם רבינ'ס לימוד איז א לימוד וואס איז נישט תופס מקום. דער רבי האט דערציילט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסב) עס איז געווען אין די צייטן פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו - א רייכער מענטש, א יחסן, ער האט געשטאמט פון א חשוב'ער משפחה, ער איז געווען א מתנגד אויפ'ן הייליגן מגיד; דער מגיד האט זייער געבעטן זיינע מענטשן זיי זאלן מקרב זיין דעם איד צו אים, ווען דער איד איז מקורב געווארן איז ער געווארן אן ארעמאן, האט דער מגיד געזאגט: "שֶׁאֵלּוּ שְׁנֵיהֶם אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ בְּמָקוֹם אֶחָד", תּוֹרָה וּגְדֻלָּה גייט נישט אינאיינעם, "הָרוֹצֶה לְהַחְכִּים יַדְרִים, לְהַעֲשִׁיר יַצְפִּין", ווייל ווער עס וויל ווערן קלוג זאל זיך ציען קיין דרום, און ווער עס וויל זיין רייך זאל גיין קיין צפון, קען מען נישט זיין אויף איינמאל אין איין פלאץ.


זאגט אבער דער רבי, דאס איז ווען דער מענטש וויל עפעס, ווען דער מענטש איז עפעס, ער איז א מציאות; אזא איינער קען נאר זיין אדער דא אדער דארט, אבער ווען מען איז זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט, מען איז גארנישט - דעמאלט קען מען יא האבן ביידע זאכן, סיי חכמה און סיי עשירות, אזוי ווי מיר זעען ביי די גרויסע צדיקים, משה רבינו און רבינו הקדוש, זיי האבן געהאט די גרעסטע מאס חכמה און די גרעסטע עשירות.


דאס איז דער לימוד פון רבי'ן, דער רבי איז נישט תופס מקום, דער רבי איז די בחינה פון (מגילה י:): "מקום ארון אינו מן המדה"; עס איז נישט קיין חסידות וואו איך דארף זיין דא, איך דארף זיין דארט, דער רבי לערנט אונז אמונה, דער רבי ווייזט אונז א וועג ווי צו לעבן, חכמת החיים, זיין דא אין דעם עולם השפל - און זיין אויבן ביים אייבערשטן; זיין חתונה געהאט, האבן א ווייב, האבן קינדער, ברענגען פרנסה, זיין אויסגעמישט מיט משפחה, טאטע מאמע, שווער און שוויגער - און אין די זעלבע צייט איז דער קאפ ביים אייבערשטן.


אזוי אויך אין לימוד התורה; דער רבי האט א וועג ווי אזוי יעדער איינער קען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה מרישא ועד גמירא (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אפילו פשוט'ע מענטשן, קליינטשיגע מענטשן, אז מען כאפט ארויס צייט אינמיטן די ארבעט, ווען מען האט אפאר מינוט נעמט מען א ספר; א משניות, א גמרא, א מדרש, א זוהר און אזוי ווייטער, מען לערנט בלי הבנה, מען זאגט די ווערטער - דאס אלעס קען יעדער איינער טון, אפילו ווען די ווייב וויל נישט האבן און הערן פון ברסלב.


איך בעט דיר זייער, קריג זיך נישט; טענה זיך נישט מיט איר, זוך נישט צו זיין גערעכט. אז זי איז שוין אזוי פאר'עקשנ'ט אז זי גייט נישט פאר לאנגע וואכן וכו' - איז דאס אן איינגעגעסענע זאך, זאלסטו איר נאר איבערבעטן און געבן גוטע ווערטער. געדענק וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רב) מען דארף געבן אסאך כבוד פאר די ווייב, ווייל ווי מער א מענטש איז בקטנות הדעת - אלץ מער דארף מען געבן כבוד און לאזן זיין גערעכט.


דו גיי צום אייבערשטן, גיי התבודדות; גיי וויין צום אייבערשטן ער זאל דיר מקרב זיין צו אים, דו זאלסט גארנישט וועלן נאר אים. בעט דעם אייבערשטן אז דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, דערצייל דעם אייבערשטן וואס גייט אויף דיר אריבער, ווי דער יצר הרע האט דיר שוין לאנגע יארן פארכאפט, און יעצט האסטו געטראפן דעם הייליגן רבי'ן, עס איז דיר ליכטיג געווארן, דו האסט אנגעהויבן לעבן, האסט אנגעהויבן שפירן ווי דו ביסט ווערד ביים אייבערשטן, און יעצט האסטו אזא מניעה אז דיין ווייב וויל בשום אין אופן ווייטער לעבן מיט דיר אויב דו בלייבסט א ברסלב'ער; בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן, דיר מקרב זיין צו אים; באנוץ זיך מיט די עצה פון התבודדות, גיי שפאצירן אין א ליידיגע פלאץ, א ליידיגע גאס, שמועס זיך אויס דיין הארץ - וועסטו זען גרויסע ניסים.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.