בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
יישר כח פאר אלע שיינע לויב ווערטער; איך פריי זיך זייער צו הערן אלעס וואס דו שרייבסט פון סקול, אז אלע מיידלעך פירן זיך אויף שיין איינער מיט'ן צווייטן, מען טשעפעט זיך נישט און מען איז פרייליך.
איך וויל דיר בעטן שיינערהייט אז דו זאלסט גיין אנגעטון איידל; עס פאסט נישט פאר א תלמידה פון 'בית פיגא' צו גיין אנגעטון וכו'. א 'בית פיגא' תלמידה דארף זיין זייער איידל, רעדן איידל, גיין אנגעטון איידל און זיך אויפפירן איידל. ווייל אלע קוקן אויף די 'בית פיגא' תלמידות, אלע ווילן זען וואס איז דאס 'בית פיגא', וואס איז דאס ברסלב.
איך פארשטיי אז דו האסט נישט ליב די איידעלע וועג, דו האסט ענדערש ליב צו גיין אנגעטון פראסט, אבער מיט תפילה וועסטו באקומען א נייע ווילן, א נייע גייסט. בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג די קליינע תפילה:
"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל גיין אנגעטון אזוי ווי דו ווילסט; איך וויל טון דיין ווילן, איך וויל האבן די ברכה פון גוטע קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", ווער עס גייט אנגעטון איידל וועט האבן ערליכע קינדער.
הייליגער באשעפער, איך פאר מיר האב ליב צו גיין אנגעטון מער פראסט, איך האב ליב קורץ, אויסגעשניטן, קלעבעדיג און שרייעדיג וכו' וכו', איך האב נישט ליב איידל, איך וויל אבער זיין גוט, איך וויל טון דיין ווילן, איך וויל זיין הייליג; לייג אריין אין מיר א הייליגקייט, א ריינקייט איך זאל ציען צו גוטס, איך זאל וועלן זיין ערליך".
אז דו וועסט יעדן טאג בעטן די תפילה וועט דער אייבערשטער דיר העלפן עס וועט אריין גיין אין דיר א גוטער מלאך, "כי מלאכיו יצוה לך", דער מלאך וועט דיר שלעפן צו גוטע קליידער געשעפטן, "לשמרך בכל דרכך", דער מלאך וועט דיר באגלייטן און דיר היטן.
לייג אוועק די בריוו; זאג די תפילה יעדן טאג ביז דו וועסט שפירן אז די תפילה איז שוין נישט פאר דיר, דו וועסט שוין נישט קענען זאגן די ווערטער: "איך האב ליב קורץ, אויסגעשניטן, קלעבעדיג און שרייעדיג וכו' וכו'".