בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעט זיך איבער מיט דיין ווייב און גיי אריין מיט א שמחה אין שבת קודש
שלום בית, שבת טיש, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ד' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז נישט דעם שטן ביי דיר אין שטוב, פארטרייב אים, בעט זיך איבער מיט דיין ווייב און גיי אריין מיט א שמחה אין שבת קודש.


פרייטאג צו נאכטס ביי די סעודה און אזוי אויך שבת צופרי ביי די סעודה - זאלסטו נאר זיין פרייליך, חס ושלום זיין בעצבות ומרה שחורה.


אשרינו אז מיר האבן א רבי וואס איז אונז מחזק און לאזט אונז נישט פאלן.


א פרייליכן שבת.