בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעטן צו זיין פרייליך
תפילה והתבודדות, שמחה, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת צו, שושן פורים, ט"ו אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


ווען פרויען וואלטן געוואוסט וואסערע כוחות זיי האבן מיט זייערע תפילות, בפרט ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט; וואס זיי קענען דעמאלט פועל'ן, אלע הימלען זענען אפען פאר זייערע תפילות, אלע מלאכים שטייען און קוקן ווי זיי צינדן אן די הייליגע שבת ליכט - וואלטן זיי אויסגענוצט די צייט און געבעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען דארף. אויף געזונט, אויף קינדער און אויף נחת; א שאד אז פרויען ווייסן נישט ווי חשוב זייערע תפילות זענען, און ווי אזוי אויסצוניצן זייער צייט.


בעט איך אייך זייער מרת ..., אז איר דארפט א ישועה זאלט איר צינדן ליכט אפאר מינוט פארן זמן און איר זאלט זיצן ביי די ליכט און בעטן אייערע בקשות און זאגן אביסל תהילים וועט איר זען גרויסע ישועות וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך און אייער משפחה.


דער עיקר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אז איר זאלט זיין רואיג און פרייליך און איר זאלט זיין אין א גוטע גיסטע, ווייל אז איר וועט זיין פרייליך וועט די גאנצע שטוב זיין פרייליך. אלעס ווענדט זיך אין די מאמע - ווען די מאמע איז פרייליך זענען די קינדער פרייליך, און ווען די מאמע איז אנגעצויגן, זעט מען עס גלייך אן אויף די קינדער. א מאמע האט אויף זיך א גרויסע אחריות, און אלעס ווענדט זיך אין איר. זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה.


מוצאי שבת וועט פארקומען אין ישיבה א מלוה מלכה לכבוד שושן פורים מיט א שיינע פארשטעלונג; די ווייבער שול וועט זיין צוגעגרייט פאר פרויען און קינדער.


א פרייליכן שבת.