בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די בעסטע עצה און די בעסטע סגולה איז תפלה
תפילה והתבודדות, צרות, ישועות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


די בעסטע עצה און די בעסטע סגולה איז תפלה; עס איז א רחמנות אויף מענטשן וואס מיינען אז 'דער וועט מיר העלפן, יענער וועט מיר העלפן', ווען נאר דער אייבערשטער העלפט.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תוספתא נדה, פרק ה-ז): "מַעֲשֶׂה בְּתִינוֹק אֶחָד שֶּׁהָיוּ בָּאִין בַּסְּפִינָה", אמאל איז א קינד געפארן מיט נאך אסאך מענטשן אויף א שיף, "וְעָמַד עֲלֵיהֶן נַחְשׁוֹל", און עס האט אויסגעבראכן א שטורעם ווינט, "וְהָיוּ זוֹעַקִין לֵאלֹהֵיהֶם", האבן די מענטשן אנגעהויבן שרייען צו זייערע אפגעטער, "אָמַר לָהֶן אוֹתוֹ הַתִּינוֹק", האט זיך דאס קינד אנגערופן און געזאגט "עַד מָתַי אַתֶּם נְשַׁטִין?" ווי לאנג נאך וועט איר זיך נארן? "זָעֲקוּ לְמִי שֶּׁבָּרָא הַיָּם!" שרייט צום אייבערשטן וואס האט באשאפן דעם ים; זעט מען פון דעם אז עס איז נאריש צו גיין צו דעם אדער צו יענעם, נאר דער אייבערשטער קען העלפן.


איך בעט דיר זייער, זיי נישט מוותר אויף דיינע שיעורים, זיי שטארק מיט לימוד גמרא – א דף גמרא יעדן טאג, און אויך מיט לערנען הלכה יעדן טאג.


יעצט ווען מיר האלטן אין די טעג פון שובבי"ם הויב אן א פרישע שיעור אין תיקוני זוהר, דאס וועט אויסוואשן דיין נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.