בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בנוגע וכו'; געב פאר די קינדער עסן מיטאג אזוי ווי מען פירט זיך ביי ענק וכו', מאך נישט נאך ווי מען טוט אין אמעריקע; יעדע פלאץ האט זיך זיין וועג ווי אזוי מען פירט זיך. מאך נאך נאר די חלק החינוך, די חלק פון געבן גוטע ווערטער פאר יעדן קינד, קוקן אויף די קינדער מיט רחמנות, רעדן צו זייער נשמה, און אויך פארלאנגען א שטארע דרך ארץ, נישט לאזן די קינדער וואקסן מיט הפקירות.
איך האף צום אייבערשטן צו קענען שיקן דעם חודש נאכאמאל געלט פאר די מוסד אין ארץ ישראל. איך בעט דיר א טובה, גיי קיין יבנאל, גיי צו מוהרא"ש, איך מאך דיך א שליח, און בעט פאר מיר, בעט דארט פאר די הצלחה פון די מוסדות, און דער אייבערשטער וואס האט אונז געהאלפן ביז אהער וועט אונז ווייטער העלפן.
געב איבער א פערזענליכע שכוח פאר יעדן מלמד און פאר אלע איינגעשטעלטע, איך בין זיי אלע זייער דאנקבאר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.