בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר אזוי געטריי, און פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.
איך בעט יעדן טאג פאר דיר דו זאלסט בקרוב טרעפן דיין שידוך.
דערהאלט זיך מיט אלע כחות צו קומען ווייטער אין ישיבה; געב א קוק ווי שיין עס האבן חתונה געהאט די אלע בחורים וואס זענען געבליבן אין ישיבה.
גיי ארום מיט א שמייכל, אזוי ארום וועסטו ווערן באליבט ביי אלעמען; ווען מען זוכט א שידוך זוכט מען די ערשטע זאך א פרייליכער ליכטיגער פנים, נישט קיין זויערע.
פון דיין ראש ישיבה.
...