בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
"הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו", דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר, ער האט אונז געגעבן א מתנה, א געזונטע קינד, א זיס מיידל למזל טוב. נעכטן נאכט, גלייך ביים ענדיגן בויען די סוכה, ווי נאר איך האב געענדיגט לייגן די סכך - בין איך אריין מיט מיין ווייב האבן דאס קינד. דער אייבערשטער מאכט אזויפיל ניסים, אזויפיל חסדים, "מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי", וואס קען איך דיר צוריק צו צאלן אייבערשטער פאר דיינע חסדים? "כוס ישועות אשא ובשם ה' אקרא", איך וועל רעדן צו דיר און איך וועל רעדן פון דיר צו אלעמען, יעדן איינעם דערציילן די חסדים.
דער אייבערשטער איז אזוי גוט, ער טוט נאר חסדים, מען דארף נאר האבן דעם בעל תפילה (עיין סיפורי מעשיות, מעשה יב) זאל אונז עפענען די אויגן, מיר זאלן שוין אנהויבן זען דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז און אים דאנקען און לויבן, נישט אויפזוכן די שווארצע פינטלעך, נישט קוקן אויף די האלב ליידיגע גלעזל, נאר אויף די האלבע אנגעפילטע גלעזל, אויף די ניסים; אז מיר לעבן, מיר זענען געזונט, מיר זענען באשאפן געווארן אידן און מיר גלייבן, מיר האבן אמונה, און מיר זענען אנגעפילט מיט מצוות כרימון, און נאך אזויפיל חסדים.
נישטא קיין צייט יעצט פאר לאנגע בריוו, יעצט דארף מען לויפן קויפן ד' מינים, די הייליגע ד' מינים, מיר גייען זוכה זיין נאך א יאר שאקלען די ד' מינים. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קכה): "שֶׁאֵין אָנוּ יוֹדְעִים כְּלָל גֹּדֶל יִקְרַת מַעֲלַת מִצְוַת אֶתְרוֹג", מיר האבן נישט קיין אנונג פון דאס גרויסקייט פון די מצוה פון די ד' מינים, "וַהֲרֵי אָנוּ רוֹאִין שֶׁיִּשְׂרָאֵל מְפַזְּרִים מָמוֹן הַרְבֵּה בִּשְׁבִיל מִצְוָה זוֹ", מיר זעען דאך וויפיל געלט אידישע קינדער געבן אויס פאר די מצוה פון אתרוג און ד' מינים, "יוֹתֵר מֵעַל שְׁאָר מִצְווֹת", מען געבט אויס מער געלט אויף די מצוה ווי מען געבט אויס אויף אנדערע מצוות, "וּבְוַדַּאי לֹא עַל חִנָּם הוּא", דאס איז זיכער נישט אומזיסט, "מִסְּתָמָא מִצְוָה זוֹ הוּא יְקָרָה מְאֹד מְאֹד אֲשֶׁר אֵין לְשַׁעֵר", זעט אויס אז די מצוה איז זייער א הייליגע מצוה וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעלן, "רַק שֶׁאֵין אָנוּ יוֹדְעִין גֹּדֶל מַעֲלָתָהּ", נאר וואס דען, מיר זענען אזוי ווייט פון וויסן דאס גרויסקייט פון מצוות, מיר ווייסן נישט איר טייערקייט.
איך וויל נישט אויסציען די בריוו, איך וויל דיך נישט אויפהאלטן, איך דארף אויך אנגרייטן דעם יום טוב.
גיי קויפן ד' מינים; קויף פאר דיר און פאר דיינע קינדער, און טאנץ פאר שמחה אז דו גייסט זוכה זיין שאקלען די הייליגע ד' מינים. דער רבי זאגט (שם): "אֶפְשָׁר אִם הָיוּ יוֹדְעִין גֹּדֶל מַעֲלַת מִצְוָה זוֹ, הָיוּ עוֹשִׂים מַה שֶּׁהָיוּ עוֹשִׂים בִּשְׁבִיל מִצְוָה זוֹ", ווען מיר וואלטן ווען געוויסט ווי גרויס די מצוה - איז וואלטן מיר זיכער געטון גרויסע זאכן; דער רבי זאגט נישט וואס, זיכער מיינט דער רבי מען וואלט געטאנצט, מען וואלט ארויס פון די קטנות הדעת, מען וואלט אויפגעהערט קרעכצן, אויפגעהערט וויינען. דער רבי אליינס האט אמאל געהייסן ברענגען מוזיק, אין די יאר וואס האט געהייסן קודם אז עס וועט נישט זיין ד' מינים און נאכדעם איז געווען א נס פון הימל, עס איז אנגעקמען ד' מינים, דער רבי האט געהייסן ברענגען מוזיק, מען האט געטאנצט א גאנצע נאכט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.