בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיין בצניעות אויפ'ן גאס
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינען וואס דו שרייבסט וכו'; זייער גוט טוסטו אז ווען דו גייסט אין גאס צווישן מענער גייסטו אויף די זייט בצניעות וכו' און דו געבסט אכטונג צו זיין ווי מער באשיידן, אין דעם זכות וועסטו זכה זיין צו ערליכע קינדער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; דאס איז שייך ווען מען איז נאך א מיידל און אויך ווען מען האט חתונה, אז מען היט זיך אפ צו זיין איידל און ערליך איז מען זוכה צו קינדער און איינקלעך ערליכע אידן.


זארג נישט פאר דיין שידוך; דו וועסט מיטן אייבערשטנס הילף טרעפן א גוטע שידוך. איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר, אז דו פירסט זיך מיט גוטע מידות. מוהרא"ש זאגט אויף דעם וואס מיר זאגן ביים דאווענען (פרשת הקטורת; כריתות ו:): "אִם כְּמִדָּתָהּ - כְּשֵׁרָה לַחֲצָאִין", אִם כְּמִדָּתָהּ - איינער וואס האט גוטע מידות, איז שוין א סימן: כְּשֵׁרָה - אז ער איז אן ערליכער איד; ווייל מידות איז א זאך וואס מען קען זיך נישט טוישן אויף דער עלטער.


דערפאר אז איך הער פון די מנהלת תחי' און פון דיינע טיטשערס אז דו פירסט זיך מיט דרך ארץ און מיט איידלקייט וועסטו זיכער באקומען א בחור מיט יראת שמים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער מאכט שידוכים לויט ווי אזוי דער מענטש איז, ווייל (מכות י:): "בַּדֶּרֶךְ שֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵילֵךְ בָּהּ מוֹלִיכִין אוֹתוֹ", אויף דעם וועג וואס א מענטש וויל גיין, אויף דעם וועג פירט מען אים.


ווען מען ווארט פאר א שידוך דארף מען האבן סבלנות, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן און ווארטן אז עס זאל קומען די ריכטיגע מינוט ווען די שידוך וועט ווערן; דאס מיינט נישט אז מען זאל אויפהערן צו דאווענען און בעטן פאר א שידוך, מען דארף בעטן און בעטן און נישט אויפהערן בעטן דעם אייבערשטן מען זאל באקומען א גוטע שידוך, אבער מען טאר נישט אריין פאלן אין א פאניק אז עס מוז היינט ווערן וכו' און מען דארף אכטונג געבן נישט צו זיין א דוחק את השעה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה - הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ", ווער עס עקשנ'ט זיך - ער זאגט 'עס מוז יעצט געשען דאס וואס ער וויל', דער וועט ווערן זייער אנטוישט און צעבראכן, נאר מען דארף ווארטן און גלייבן אז די ישועה וועט קומען בקרוב.