בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיין נאך געלט, העלפן די מוסד און די קהילה
צדקה, מוסדות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א קאנטראקטער קען ביים בויען הייזער זיין א גרויסער מפיץ, אז מען רעדט איידל, מען רעדט שיין, און ווען די בעלי בתים שרייען בלייבט מען רואיג און געלאסן, ביז אלע הייבן אן זען אז דא איז דא א קאנטראקטער א ברסלב'ער חסיד וואס רעדט איידל און רעדט אלץ פונעם אייבערשטן – דאס איז די גרעסטע הפצה.


קומענדיגע וואך וועט זיין די יערליכע קאמפיין, איך זע אז דו האסט די פריערדיגע יארן פלייסיג געארבעט, אלע יארן אינאיינעם האסטו געברענגט א חשבון פון דריי און צוואנציג טויזנט דאלער; איך בין דיך זייער דאנקבאר, איך האף אז די יאר וועסטו אויך גיין נאך געלט, העלפן די מוסד און די קהילה.


גיי יעדן טאג זיך מתבודד זיין, הייב אן מיט תודה והודאה, דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים, אז דו ביסט באשאפן געווארן א איד, און פאר דיין התקרבות לרבינו, און פאר דיין שידוך, פאר דיינע קינדער, פאר דיין פרנסה וכו', נאכן דאנקען זאלסטו מאכן צייט פאר תשובה און וידוי דברים, דערצייל דעם אייבערשטן וואס דו האסט געטון, און בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין, און נאכדעם זאלסטו בעטן אויף ווייטער, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות נד.): "נותן הודאה על שעבר וצועק על העתיד", ערשט דאנקט מען און נאכדעם בעט מען.