בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש
דאס ווייסטו אודאי אז דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט ממנה געווען א מאן צו זיין מנהל פאר די בית רחל, דער מנהל איז געווען הרב החסיד ר' בנימין הערש בערקאוויטש עליו השלום. ער האט דערציילט אז דער רבי האט אים געזאגט ער זאל גיין אינדעפרי נאך געלט פאר די מוסדות, איידער ער גייט אין סקול צווישן די תלמידות; אז דאס גיין נאך געלט זאל אים זיין א שמירה עליונה ביי די ארבעט.
איך קלער אז דו זאלסט אויך אזוי טון, זאלסט זיך קובע זיין צו גיין נאך געלט אינדערפרי, דאס וועט דיך היטן ווען דו גייסט אין בית פיגא מיט די תלמידות און די לערערינס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אלץ זיין ארומגענומען מיט שמירה עליונה.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.