בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די גיפטיגע כלים, ציפן מיר ביים הארץ
חנוכה, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב, דו האסט מיר געפרעגט וועגן האבן א סמארטפאון, איך האב געמיינט אז דו פרעגסט וועגן דאס האבן אין שטוב – האט דאס מיר געציפט אין הארץ, ווייל ווי מעג זיין אזא זאך אין א אידישע שטוב; שפעטער ווען דו האסט מיר געזאגט אז דו ברענגסט עס נישט אריין אין שטוב, דו פרעגסט וועגן דאס האלטן אין אפיס – האב איך אויפגעלעבט, ווייל אין אפיס איז עפעס אנדערש; אין אפיס קען מען האבן די זאכן, דאס איז אזוי ווי א קאמפיוטער, (פארשטייט זיך מען דארף האבן א פילטער), אבער אין שטוב טאר נישט זיין קיין שום כלי, און וויי פאר מיר אז איך קען דאס נישט פועל'ן ביי מיינע מענטשן, וויי פאר מיר אז איך בוי א שטעטל מיט בלוט און שווייס, מיט דמים תרתי משמע, אזויפיל בלוט און אזויפיל געלט, און נאכאלץ הערט מען מיך נישט אויס. עס רייסט מיר מיין הארץ, איך מוטשע זיך אזוי שטארק מיט ענקערע קינדער, איך בארג אזויפיל געלט, איך שלעפ א בארג חובות, איבער דריי מיליאן דאלער, פאר וועם? פאר ענקערע קינדער, און ווען איך בעט זיך די זאך, ברענגט נישט אריין אין שטוב די גיפטיגע כלים – פאלגט מען נישט, און נאכדעם ווען די קינדער פאלן – קומען מען וויינער צו מיר.


האסט מיך פרייליך געמאכט אז ביי דיר אין שטוב איז זויבער און ריין, בלייב שטארק, האלט די כלים נאר אין אפיס, נאר אין די ארבעט'ס שעה'ן, און אין שטוב זאל זיין הייליגע ספרים, הייליגע מזוזה, הייליגע ציצית, און הייליגע קינדער.


קומענדיגע וואך זונטאג נאכט צינדט מען די ערשטע לעכטל, זע צו צינדן אין צייט, גלייך נאך מעריב.