בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גלייב אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן, דאס וועט דיר ברענגען דיין ישועה
אמונה, התחזקות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור היקר ... נרו יאיר.


דיין טאטע שיחיו האט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן אפאר ווערטער.


איך בעט דיר זייער טייערער ... נרו יאיר, שטארק דיך מיט אלע דיינע כוחות. נעם אריין אין דיר אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, דאן וועט דיר דאס לעבן זיין זיס; דו וועסט נישט האבן קיין פחדים און שרעק וכו'.


עס איז גוט דו זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל פון די "צוואת מוהרא"ש" (די צוואה איז דא צו באקומען אין דריי שפראכן: לשון הקודש, אידיש און ענגליש), דאס וועט שטארקן דיין אמונה אינעם אייבערשטן.


מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות ט): "זִכְרוּ הֵיטִיב וּתְיַישְּׁבוּ עַצְמְכֶם וְאָז תִּרְאוּ כִּי שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם, וְהַכֹּל הֶבֶל הֲבָלִים", געדענקט גוט און נעמט גוט אריין אין אייער קאפ אז איר האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, עס איז א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן, "אַף אֱחָד לֹא יָכוֹל לַעֲזוֹר לָכֶם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַזִּיק לָכֶם", קיינער קען אייך נישט העלפן און זיכער נישט שלעכטס טון, "וְעַל כֵּן אַל תִּירָאוּ וְאַל תֵּחַתּוּ מִשּׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאַל תַּחֲנִיפוּ אֶת שׁוּם בִּרְיָה, כִּי לֹא יוֹעִיל כְּלָל, אֶלָּא עוֹד יַזִיק לָכֶם בִּבְרִיאוּתְכֶם", דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און איר זאלט זיך נישט חנפ'נען צו קיינעם, ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן, פארקערט דאס וועט אייך שאטן צום געזונט, "כִּי כְּשֶׁאָדָם שָׂם בִּטְחוֹנוֹ בְּבָשָׂר וָדָם, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁאֵינוֹ נַעֲשָׂה כִּרְצוֹנוֹ אֲזַי בָּא לִידֵי אַכְזָבוֹת גְּדוֹלוֹת עַד מְּאֹד, וְנִשְׁבָּר לְגַמְרֵי, וְנוֹפֵל רוּחוֹ, וְנֶחֱלַשׁ דַּעְתּוֹ", ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן און דערנאך זעט מען אז יענער איז נישט אינטערעסירט דיר צו העלפן און ער קען דיר נישט העלפן, דאן ווערט מען זייער אנטוישט און זייער צעבראכן, "אֲבָל בָּזֶה שֶׁמַּכְנִיסִים אֶת עַצְמוֹ לְגַמְרֵי בֶּאֱמוּנָה פְּשׁוּטָה בּוֹ יִתְבָּרַךְ, אָז מַצְלִיחִים בְּכָל הָעִנְיָנִים, כִּי אֵינוֹ חוֹנֵף לְשׁוּם בִּרְיָה, וְכֵן אֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם בִּרְיָה, וְחַי אֶת הַחַיִּים שֶׁלּוֹ", אבער אז מען גלייבט אינעם אייבערשטן און מען פארלאזט זיך אויף אים - איז מען זייער מצליח, עיין שם.


ווי מער דו וועסט חזר'ן די אמונה וועסטו ווערן מער רואיג און פרייליך.


דער אייבערשטער זאל דיר שיקן א גאנצע רפואה.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.