בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה, קרית ברסלב ליבערטי
זע אז ביי דיר אין בית המדרש זאל מען נאר רעדן דיבורי אמונה, נאר שיחות פון רבי'ן. געב אכטונג עס זאל נישט זיין קיין מקום פאר לצים; בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז ביי דיר אין בית המדרש זאל נאר זיין תמימים, פשוט'ע מענטשן אן קיין חכמות, אן קיין ליצנות.
נישטא נאך אזא עקלדיגע זאך ווי א לץ. שלמה המלך זאגט (משלי כד, ט): "וְתוֹעֲבַת לְאָדָם לֵץ", א לץ וואס שפעט אפ איז א פאר'מיאוס'טע זאך ביי מענטשן, רש"י לייגט צו, אז נישט נאר ביי מענטשן נאר אויך ביים אייבערשטן, רש"י זאגט: "ליצנות היא המתעבת את האדם על הקדוש ברוך הוא ועל הבריות", ליצנות איז א זאך וואס איז עקלדיג ביים אייבערשטן און ביי מענטשן; איך עקל זיך פון לצים, איך האב ליב תמימות'דיגע מענטשן.
אז דו ווילסט וויסן וואס האט מיר געשלעפט צו מוהרא"ש; איך האב זיך דאך געדריידט אין אסאך מקומות, אויך האב איך זיך געדריידט אין ברסלב ביי אנדערע משפיעים, אבער דאס תמימות וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש - האט מיר אזוי באנומען, דאס האט מיר געכאפט. און ווען איך בין מקורב געווארן פלעגן מענטשן קומען חוזק מאכן, מען האט מיר געזאגט: "וואס איז געשען מיט דיר? מילא אז דו ווילסט ווערן א ברסלב'ער איז איין זאך, אבער פארוואס זאלסטו גיין צו היכל הקודש וואס איז א פלאץ פון פלאטשיגע מענטש אן קיין חכמות? עכטע תמימים!" זיי האבן נישט געוויסט אז דאס זוך איך, דאס האב איך ליב; מענטשן וואס דינען דעם אייבערשטן אן קיין חכמות, אן קיין דריידלעך.
אז דו וועסט אכטונג געבן עס זאל נישט זיין ביי דיר קיין לצים - וועסטו מצליח זיין. א גבאי מוז זיין א ווייכער מענטש, מען דארף האבן סבלנות צו אלע סארט מענטשן; אבער מען דארף אויך זיין א שטארקער מענטש, נישט לאזן עס זאל ווערן א פלאץ פון לצים.
איך ציטער פאר די שטעטל, עס זאל בלייבן ריין אזוי ווי ביים אנהייב; איך בעט אזויפיל דעם אייבערשטן אז דער שטעטל זאל זיין א ריינער פלאץ, א פלאץ וואו לצים ווילן נישט קומען, א פלאץ וואו בעלי מחלוקת ווילן נישט זיין, עס זאל בלייבן א ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקות און אן קיין לצנות. שלמה המלך זאגט (משלי כב, י): "גָּרֵשׁ לֵץ", פארטרייב דעם לץ, "וְיֵצֵא מָדוֹן", וועט זיך אויפהערן די קריגערייען, "וְיִשְׁבֹּת, דִּין וְקָלוֹן", מען וועט זיך מער נישט קריגן; נאך זאגט שלמה המלך (שם כט, ח): "אַנְשֵׁי לָצוֹן", די אלע וואס שפעטן, "יָפִיחוּ קִרְיָה", די מאכן מחלוקות אין שטאט, "וַחֲכָמִים", און די ערליכע אידן, "יָשִׁיבוּ אָף", זיי מאכן שלום, זיי נעמען אוועק דעם צארן פון מחלוקות.
איך וועל אם ירצה ה' קומען צו דיר אין שול פון צייט צו צייט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.