בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געב זייער אכטונג איידער דו זאגסט אפ א שידוך
שידוכים, חסידות ברסלב, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג נישט אפ קיין שידוך, נאר אויב די מיידל איז לא עלינו נישט געזונט אדער נישט ערליך השם ישמרינו; אז ביי זיי גייט מען מיט א טיכל און ביי אייך גייט מען נישט אזוי - זאל דיר דאס נישט שטערן און נישט אנגיין, דער זוהר הקדוש זאגט (בהעלותך קנב.) אז נאראנים און שוטים קוקן אויף די קלייד, ווידעראום חכמים קוקן וואס איז אונטער די קלייד; מען קוקט אויף די זאך אליינס.


דער עיקר ביי א מיידל איז גוטע מדות; אז מען טראגט דיר אן א שידוך א וואוילע, ערליכע און געזונטע - זאלסטו זיכער אויסהערן, זיך טרעפן און וואס שנעלער ענדיגן.


אז איר משפחה זענען קנאים איז דאס נישט קיין חסרון, אפילו זיי זענען מתנגדים אויף מוהרא"ש זאלסטו גיין ווייטער; מיר האבן אזעלכע לימודים פון רבי'ן, מיר קענען יעדן איינעם בייקומען מיט חכמה. די בת קיסר האט געזאגט פאר'ן עלצטן גזלן (סיפורי מעשיות, מעשה ב - ממלך וקיסר): "מיר זענען אויך גזלנים; נאר איר זענט גזלנים מיט אייער גבורה און מיר זענען גזלנים מיט חכמה"; מיט'ן רבינ'ס שכל קען מען זיך אויסקומען מיט יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.