בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי'.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג): "ווען א מענטש וויל גיין צום דאקטער זיך היילן וכו', זאל ער געבן צדקה פאר ער גייט זיך היילן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה נה.) ווען מען שיקט יסורים אויף א מענטש באשווערט מען די יסורים ווען זיי זאלן קומען אויפ'ן מענטש און ווען זיי זאלן אוועק גיין פון אים, אזוי אויך דורך וועלכע דאקטער און דורך וועלכע מעדעצין ער זאל אויסגעהיילט ווערן; פרעגט דער רבי, ווי אזוי קען א מענטש בכלל גיין צום דאקטער ווען ער ווייסט נישט צי ער איז בכלל דער דאקטער וואס מען האט באשוואוירן אים אויס צו היילן, און ווי אזוי קען דער דאקטער פארשרייבן א מעדעצין ווען ער ווייסט נישט צי דאס איז דער ריכטיגער סם וואס מען דארף געבן פאר'ן חולה וכו'? זאגט דער רבי, אז א מענטש מאכט א פדיון דעמאלט וועט דער דאקטער אים קענען אויסהיילן".
דעריבער זאלסטו יעדן טאג פאר דו נעמסט די מעדעצינען געבן א פרוטה לצדקה (איך שיק דיר מיט א צדקה פושקע מיט דיין בריוו), לייג א פרוטה לצדקה, דער רבי וועט מאכן א פדיון פאר דיר, און נאכ'ן נעמען די מעדעצינען זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן.
דא האסטו א תפילה וואס דו האסט געבעטן, מען זאל דיר שרייבן א קליינע תפילה וואס צו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן:
"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין זִיסֶע לֶעבְּן וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, פַאר אַלֶע דַיינֶע חֲסָדִים, אוֹיף אַלֶעס וָואס דוּ טוּסְט מִיט מִיר.
הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק; דוּ בִּיסְט דֶער רוֹפֵא נֶאֱמָן, דוּ הֵיילְסְט אוֹיס אַלֶע קְרַאנְקֶע, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן נֶעמֶען דִי מֶעדֶעצִינֶען, אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק, כִּי אֵל מֶלֶךְ רוֹפֵא נֶאֱמָן וְרַחֲמָן אָתָּה.
הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אִיךְ וִויל טְרֶעפְן מַיין זִיווּג, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".
טו וואס שטייט אינעם בריוו וועסטו זען גרויסע ישועות.
זארג נישט, דו וועסט זיין געזונט און שטארק, און בקרוב וועסטו טרעפן דיין שידוך.