בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער טון דיינע גוטע מעשים, דאס אויסטיילן עסן פאר משפחות ביי אונז אין די קהילה וואס האבן נישט אויף שבת צו מאכן.
יעצט הייבט זיך אן נאכאמאל די חתונות, וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער ארום גיין צוזאמנעמען פון די זאלן די איבעריגע עסן, און דאס אויסטיילן פאר אנשי שלומינו הנצרכים.
וואויל איז דיר אז דו טיילסט אויס די עסן בדרך כבוד; דו טיילסט פאר אלעמען אייניג - סיי פאר די וואס האבן נישט, און סיי פאר די וואס האבן יא, אזוי שעמט מען זיך נישט צו קומען נעמען עסן פאר שבת און פאר די גאנצע וואך.
מוהרא"ש האט געעפענט א "בית התבשיל" אין יבניאל ווייל עס זענען דא ביי אנשי שלומינו משפחות וואס האבן נישט וואס צו געבן פאר די קינדער פאר נאכטמאל; מוהרא"ש האט געבעטן אז אלע משפחות זאלן קומען עסן אינעם בית התבשיל אזוי וועט זיך קיינער נישט שעמען צו נעמען. ווייל ווען מען געבט צדקה דארף מען זייער אכטונג געבן אז קיינער זאל זיך נישט פארשעמען.
א גרויסן יישר כח פארן צוזאמנעמען די אינגעלייט ביינאכט זיי זאלן קומען העלפן דרוקן די ספרים און קונטרסים וואס זענען מחי' און מחזק טויזנטער אידישע קינדער. יעצט זומער ווען די אינגעלייט זענען אין שטאט און זייערע ווייבער זענען אין קאנטרי איז דאס זייער א גוטע זאך אז די אינגעלייט זאלן נישט גיין ליידיג ביינאכט און פארברענען די נעכט מיט נארישקייטן; אשריך ואשרי חלקך אז דו נוצט אויס די נעכט צו דרוקן די הייליגע ספרים.
איך דאנק דיר פארן העלפן די מוסד מיט די שטאטישע פראגראמען; דו לייגסט אריין דיין גאנצע הארץ אז מיר זאלן נישט זינקען אין חובות.
הלוואי זאלן נאך אינגעלייט זיין אזוי געטריי פארן מוסד ווי דו ביסט, הלואי זאלן נאך אינגעלייט טראכטן: 'וואס קען איך טון אז די מוסד זאל זיך נישט מוטשען, וואס קען איך טון אז מען זאל קענען באצאלן די מלמדים און טישטערס זיי זאלן האבן א רואיגקייט ווען זיי לערנען מיט אונזערער קינדער'.
דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער מיט דיין ווייב תחי' צוזאמען, און דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.