בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געבן צו עסן פאר'ן קינד
קינדער, הדרכות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מחזק דיין ווייב; אלע ווייבלעך גייען דאס אריבער, עס איז זיי שווער צו געבן עסן פאר די קינדער, עס איז גרינגער צו געבן באטלעך. זיי איר מחזק זי זאל אנגיין אפילו עס איז שווער, עס איז נאר שווער ווען מען ווייסט נישט דאס ווערד דערפון; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אז מען קען האלטן א געזונט קינד אין די הענט און געבן עסן - אלץ גרינגער ווערט דאס, און פארקערט, ווי נאר מען פארגעסט פונעם אייבערשטן ווערט שווער דאס לעבן, אפילו סתם אטעמען ווערט שווער ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן.


בנוגע לעבן אינאיינעם ווען מען האט א קינד וואס זייגט; מען קען געבן זייגן פאר דעם וכו', אבער נאכן לעבן אינאיינעם דארף מען ווארטן. ווייל דער זוהר הקדוש ברענגט (ויקרא יט.): "בְּסִפְרָא דְּאָנַח אַשְׁמְדָאי לִשְׁלֹמֹה מַלְכָּא", אשמדאי דער קעניג פון די שדים האט געגעבן פאר שלמה המלך א ספר, דארט שטייט די זאכן ווי אזוי די שדים קענען שעדיגן דעם מענטש, ברענגט דער זוהר הקדוש (שם): "לְבָתַר לָא תָּנִיק לֵיהּ, עַד שַׁעֲתָא חֲדָא, כִּתְרֵין מִילִּין", מען זאל ווארטן אזוי לאנג ווי מען גייט צוויי מיל; דאס איז זעקס און דרייסיג מינוט, "אוֹ חַד מִיל, אִי לָא יַכְלָא בְּגִין צַעֲרָא דְּרַבְיָא, בְּזִמְנָא דְּאִיהוּ בָּכֵי", אויב דאס קינד וויינט איז גענוג צו ווארטן אזוי לאנג ווי עס נעמט צו גיין איין מיל, אכצן מינוט, "וּבְדָא לָא מִסְתָּפֵי מִנָּהּ לְעָלְמִין", אז מען פירט זיך אזוי - דארף מען נישט מורא האבן פון זיי.


דער זוהר הקדש זאגט דארט: "זַכָּאִין אִינּוּן צַדִּיקַיָּיא, דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אוֹלִיף לוֹן רָזִין עֲמִיקִין דִּלְעֵילָּא וְתַתָּא", וואויל זענען די צדיקים, אז דער אייבערשטער לערנט מיט זיי אזוינע טיפע סודות, "וְכֹלָּא בְּגִין אוֹרַיְיתָא", אלעס נאר אינעם זכות וואס זיי לערנען די הייליגע תורה, "דְּהָא אוֹרַיְיתָא, מַאן דְּיִשְׁתָּדַּל בָּהּ", ווייל ווער עס לערנט די הייליגע תורה, "מִתְעַטָּר בְּעִטְרִין דִּשְׁמָא קַדִּישָׁא", ווערט באקרוינט מיט'ן אייבערשטן, "דְּהָא אוֹרַיְיתָא שְׁמָא קַדִּישָׁא הוּא", ווייל די גאנצע תורה איז דאך דער אייבערשטער אליינס, "וּמַאן דְּיִשְׁתָּדַּל בָּהּ, אִתְרְשִׁים וְאִתְעַטָּר בִּשְׁמָא קַדִּישָׁא", ווער עס לערנט די תורה ווערט איינס מיט'ן אייבערשטן, ער ווערט א קרוין פאר'ן אייבערשטן, "וּכְדֵין יָדַע אָרְחִין סְתִימִין, וְרָזִין עֲמִיקִין דִּלְעֵילָּא וְתַתָּא", ער ווייסט אלע סודות וואס טוט זיך אויבן אין הימל און פון אונטן, "וְלָא מִסְתָּפֵי לְעָלְמִין", און ער האט נישט מורא פון קיין שום זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.