בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אמסטערדאם, אויפ'ן וועג קיין אומאן
לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב ליבערטי
איך האב ערהאלטן אייער בריוו מיט די צדקה.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר לעבט בשלום ובאהבה, אויך פריי איך זיך צו הערן אז איר זענט צופרידן פון די מלמדים און פון די טיטשערס; מיר האבן אויסנאם מלמדים און אויסנאם טיטשערס, זיי לייגן אריין גרויסע כוחות אין די קינדער און זיי געבן זייער אכטונג אויף די געפילן פון די קינדער.
געוואוין איין דיין זון ... ער זאל רעדן צום אייבערשטן אין פעלד; האסט א שיינע פריוואטע פעלד, שיק אים ארויס רעדן צום אייבערשטן. ער איז שוין א גרויס קינד, פינף יאר; יעצט איז די צייט דאס אריינצולייגן אין אים. דער רבי האט געזאגט: "ווען איך וואלט געהאט א זון וואלט איך נישט מורא געהאט אים צו שיקן קליינערהייט אין פעלד רעדן צום אייבערשטן".