בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געענדיגט מיט וויי טון קינדער
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ר' מרדכי נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך וויל נאכאמאל בעטן דעם מנהל, איך הער פון די קינדער און פון די עלטערן אז מען שלאגט קינדער; איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן אז איך אסר אנצורירן די קינדער בי מיר אין מוסד, די מוסד איז מוהרא"ש'ס מוסד און מוהרא"ש האט געזאגט אז א מלמד וואס שלאגט א קינד - זאל גיין ארבעטן ביי די מיסט, ער זאל צאמנעמען די מיסט און זיך אויסגעבן ביים ווארפן די מיסט קאנעס.


איך בין היינט פארטאגס געפארן קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן סאטמער רבי זכותו יגן עלינו, איך האב זיך דארט מתבודד געווען מיט בכיות, און איך האב זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן, וואס טו איך דא מיט די חדר? איך דארף נישט א חדר וואו מען שלאגט, אז די קינדער וועלן אויסוואקסן מיט א פיינטשאפט צום אייבערשטן.


איך בעט דיר טייערער מנהל העלף מיר, און ענטפער מיר, זאג מיר צו אז געענדיגט מיט פעטש, געענדיגט מיט וויי טון קינדער; איך וועל ענדערש האלטן די קינדער אן מלמדים, זיי זאלן טאנצן א גאנצן טאג, ווי זיי זאלן צו'מזיק'ט ווערן.


איך שרייב דיר דעם בריוו נישט די ערשטע מאל, איך האב דיר שוין אזויפיל מאל געשריבן אז דו זאלסט זיך אויסנעמען מיט די מלמדים אז זיי קענען נישט אנרירן קיין קינדער, און אז מען דארף געבן א פאטש - דארפן זיי דיך רופן, און אז דו שפירסט ווי דו דארפסט געבן א פאטש - זאלסטו מיך רופן; דאס קען נישט גיין ווי עס גייט ביז אהער, איך בין זייער נישט רואיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.