בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ד תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
פארלייג זיך אז די שבת סעודות ביי דיר אין שטוב זאל זיין פרייליך, עס זאל זיין א געשמאקע לופט, א געשמאקע צייט. דער זוהר הקדוש זאגט (יתרו פח.), די הייליגע חבריא פון רבי שמעון בר יוחאי, רבי אבא און רב המנונא סבא: "כד הוה יתיב בסעודתא דשבתא הוי חדי בכל חד וחד", זענען געזיצן ביי די שבת סעודות און זיך זייער געפרייט; גרייט זיך אן איינס צוויי מעשיות פון א צדיק, דערצייל דאס ביי די סעודה, און מער פעלט נישט אויס. שמועס מיט די קינדער און הער אויס די קינדער ווי זיי שמועסן, און ווארף אריין אין די שמועסן ברעקלעך פון אמונה אויף א געשמאקע וועג, דאס איז די וויכטיגסטע זאך פאר די קינדער.
די מעשה פון רבי'ן וואס דער חכם האט געשפילט ווי אן אינדיק, זיך נאריש געמאכט וכו', ביז דער בן מלך איז געזונט געווארן; די מעשה איז א יסוד היסודות, אלע חכמות ליגט אין דעם, ווי אזוי מען קען מקרב זיין די קינדער צום אייבערשטן דורך שפילן מיט זיי, דורך זיך אראפלאזן צו זיי וכו' וכו'.